באריכט און בילדער פון דערהויבענע שבת "בני חביבי" לתלמידי ישיבה גדולה אור החיים בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א - מאנטאג פנחס תשפ"ו #1129

Top Banner

די הימלען וועלן געשפאלטן ווערן
היינט נאכט!

היינט מאנטאג פר' פנחס ביינאכט - ביומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן אור החיים זי"ע - וועלן זיך די שערי שמים עפענען, און אראפגיסן השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות, ווען אריבער 50,000 אידן וועלן מיטהאלטן דעם מעמד אדיר "בוקע רקיעים", זיך מחזק צו זיין בלימוד ספה''ק אור החיים.

די מעמד וועט פארקומען בראשות
כ''ק מרן רבינו שליט"א
ווי מ'וועט
זוכה זיין צו הערן ברכת קדשו

אזוי אויך וועט מען הערן א דרשה מלהיבה פון הרה"ג ר' מרדכי שיפף שליט"א אב"ד איגוד אברכים ב"פ, און פון הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א, און אנגעפירט דורך המגיד הרב אהרן ארי' אייזנבערג שליט"א.

האלט מיט ווען די שערי שמים זענען אפן, און עס גיסן זיך אלע השפעות טובות!

היינט מאנטאג פר' פרשת פנחס
ביומא דהילולא קדישא פונעם אור החיים הק'
בשעה 10:00 ביינאכט
אויף קול איחוד טאהש
718.451.8674 און דרוקט 71.


מ'וועט זיכער פועלן אלעס גוטס, אינעם גרויסן זכות פונעם הייליגן בעל הילולא!

  • ads
  • mamudim

גייסטרייכער דערהויבענעם שבת התרוממות ''בני חביבי'' אפגעראכטן געווארן אויף די בערג פאר תלמידי ישיבה גדולה בראשות ריש מתיבתא קדישא כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א


שטייענדיג בלויז א וואך נאך דעם דערהויבענעם שבת "בני חביבי" וואס איז אפגעראכטן געווארן דעם פארלאפענעם פרשת קרח העעל"ט אויף די שטילע בערג אין די אפ-נאורט געגנט אויף די קאנאדישע בערג, שפירט זיך אין די געמיטער א העכערער גייסט, נאך זייענדיג אונטערן רושם פון די פילע שעות של קורת רוח, מלא רוחניות והתעלות, ווען די טייערע בחורים, תלמידים פון די ישיבה גדולה, האבן געפראוועט א לעכטיגער שבת בצל הקודש פונעם מנהיג העדה כ"ק מרן רבינו שליט"א, וואו מען האט זיך אינאיינעם דערהויבן צו העכערע רוחניות'דיגע ספערן און זיך אנגעשעפט מיט הויפענעס חיזוק אין לימוד התורה און עבודת השם.

 

פיבערהאפטיגע רוחניות'דיגע הכנות צום גרויסן שבת 

אין בעפארברייטונג צום דערהויבענעם שבת, האבן זיך די חשוב'ע תלמידי הישיבה אין די וואכן בעפאר דעם שבת צוגעגרייט מיט אן הכנה דרבה, הארעווענדיג לאנגע שעות ברציפות מיט אן אויסטערלישע התמדה, כדי אנצוקומען צום שבת מיט די ריכטיגע הכנה, זיך צו קענען דערהייבן מעלה מעלה אין לימוד התורה, יראת שמים און עבודת השם.

ווי א טאג נענטער עס איז געקומען צום שבת, זענען די הרגשים און געפילן ביי די תלמידים געוואקסן אויף העכערע שטאפלען. אלע האבן ארויסגעקוקט מיט אן אויסטערלישער תשוקה אויף דעם לאנג-ערווארטעטן מאמענט ווען מען וועט זיך מסתופף זיין בצילו פון רבינו שליט"א מיט א ספעציעלן זעלטענעם התקרבות, אפרעכטנדיג דעם שבת אויף א פריוואטן פארנעם בלויז מיט די באטייליגונג פון די חשוב'ע תלמידים הקרוים בנים.

 

ערב שב"ק 

פרייטאג אינדערפרי, ארום 7:30, האט מען זיך געשטעלט דאווענען א פייערדיגער תפילת שחרית אין היכל הישיבה. די התרגשות צום שבת וואס האט זיך שוין דערנענטערט מיט גרויסע טריט האט זיך געשפירט אין דעם לעבעדיגן קול תפילה וואס האט אפגעהילכט אין ביהמ"ד.

נאך תפילת שחרית האט דער עולם מעביר סדרה געווען שנים מקרא ואחד תרגום, און זיך דערנאך אוועקגעזעצט צו א ברייטן נארהאפטיגן פרישטאג, בעפאר מען לאזט זיך ארויס אויפן וועג צו די בערג.

בערך 12:00 אזייגער האט מען זיך בסייעתא דשמיא ארויסגעלאזט אלע בחורים אינאיינעם מיט די פעק און זעק אויף דעם צוויי שעה'יגן רייזע צום ספעציעל אפגעדונגענעם קעמפ, וואו מען איז אנגעקומען ארום 2:00 אזייגער אין א מזל'דיגע שעה.

עס איז געווען צוגעגרייט פאר אלע בחורים א ברייטע אויסוואל פון געשמאקע מזונות און פרוכט זיך צו דערקוויקן דאס הארץ. דערנאך איז דער עולם זיך געגאנגען מסדר זיין די בעטן אין די שטיבער, און געכאפט א דרימל צו קענען זיין פולקאם אויסגערוט צום גרויסארטיגן שבת מעין עולם הבא.

די טישן אינעם היכל הבית מדרש זענען געווארן שיין אנגעגרייט און באדעקט מיט ווייסע שבת'דיגע טישטוכער, אזוי אויך אינעם גרויסן עס-זאל וואו די לעכטיגע סעודות וועלן געפראוועט ווערן אין שפיץ פון מרן רבינו שליט"א.

ארום 7:30, בערך א שעה פארן זמן הדלקת הנרות, האבן זיך די בחורים געזעצט לערנען פלייסיג צום באשטימטן סדר הלימוד, זיך גרייטנדיג מיט א פאסיגע הכנה צום הייליגן שבת וואס שטייט שוין אט אט ביים שוועל.

 

לקראת שבת לכו ונלכה

בערך 8:20, עטליכע מינוט בעפאר זמן כניסת השבת, האט מען געהאט די זכיה צו מקבל פנים זיין פני כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א, וועלכער איז ערשינען אין היכל הסעודות מלובש אין בגדי שבת.

דער רבי האט צוגערופן הבה"ח יעקב יוסף שווארץ הי"ו, און געמאכט זיכוי הפת פאר די עירוב ארום דעם שטח פונעם קעמפ.

דערנאך האט דער מנהל שליט"א איבערגעגעבן פארן רבי'ן א קוויטל מיט אלע נעמען פון די בחורים וואס האבן זיך אונטערגענומען קבלות טובות נישט צו רעדן קיין דיבורי חול במשך דעם דערהויבענעם שבת.

מרן רבינו שליט"א האט ארויסגעוויזן קענטיגע הנאה און קורת רוח פון דעם חשוב'ן אונטערנעמונג; ער האט באטראכט דעם קוויטל און עס דערנאך אריינגעלייגט אונטערן שטענדער.און ווען עס געקומען צום זמן הדלקת הנרות האט רבינו שליט"א אנגעצינדן די שבת'דיגע ליכט, אזוי ווי יעדע וואך.

נאכ'ן צינדן האט דער משגיח שליט"א איבערגעגעבן א ספעציעלע מתנה פאר רבינו שליט"א בשליחות פון די חשוב'ע תלמידים, אין פארעם פון א הערליכער שטענדער מיט יעדנ'ס נאמען אויסגעקריצט דערויף, וועלכע איז ספעציעל געאייגנט צו נוצן יעדע וואך ביים זאגן "ויתן לך" מוצאי שבת.

דערנאך האט זיך דער גאנצער עולם אוועקגעזעצט אויף די פלעצער און אנגעהויבן זאגן שיר השירים מיט גרויס ברען און התעוררות. נאך שיר השירים האט רבינו שליט"א אויפגעטראטן פאר די בחורים מיט פלאמפייערדיגע דיבורים, וואס האט אנגעווארעמט אלעמענ'ס הערצער צום קדושה פונעם הייליגן שבת הממשמש ובא.

רבינו שליט"א האט אין זיינע ווערטער ספעציעל ארומגערעדט איבער די קדושה פונעם הייליגן ספר 'סידורו של שבת', און אויפגעפאדערט די בחורים זיך מחזק צו זיין אין דעם לימוד און אנהויבן לערנען דעם ספר יעדע וואך מיט א קביעות.

האלטנדיג שוין נאכן שבת, האלט זיך אינמיטן גרונדן א ספעציעלע חבורה צו לערנען דעם ספר סידורו של שבת יעדע וואך מיט א שטארקייט, און פילע בחורים ווארטן שוין און קוקן ארויס זיך אנצושליסן אינעם חבורה און זיך קאכן אין די מאמרים פון דעם הייליגן ספר.

נאך די ווארעמע ווערטער פונעם רבי'ן האט מען זיך געשטעלט דאווענען א דערהויבענעם תפילת מנחה ברוב עם. רבינו שליט"א האט זיך מתעטף געווען מיטן טלית און צוגעטראטן צום עמוד, און פארגעדאוונט מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש.

דערנאך איז דער רבי אויך צוגעגאנגען צו קבלת שבת, כנהוג, און אריינגעשלעפט דעם גאנצן עולם אין א פייערדיגן אטמאספערע. די בחורים האבן מיטגעדאווענט און מיטגעזינגען כאיש אחד בלב אחד מיט א קאך און מיט א ברען, זייענדיג מקבל שבת מיט א אויסטערלישן ברען, פיל מער ווי א געווענליכן שבת.

נאכן דאווענען האט דער רבי אנגעהויבן זינגען דעם באקאנטן "גוט שבת" ניגון, און דער גאנצער עולם האט מיטגעזינגען אינאיינעם. דערנאך זענען אלע בחורים אריבערגעגאנגען וואונטשן א גוט שבת, און דער רבי האט יעדן איינעם צוריקגעוואונטשן במאור פניו.

 

סעודת ליל שבת קודש

נאכן דאווענען ביז רבינו שליט"א איז ערשינען צום סעודה האבן זיך די בחורים אוועקגעזעצט אויף די פלעצער אינעם היכל הסעודות. אויף יעדנ'ס פלאץ איז געווען צוגעגרייט א הערליכער זמירות און א שיינעם חלה דעקל, ספעציעל געדרוקט לכבוד דעם גרויסן שבת.

נאך עטליכע קורצע מינוטן איז רבינו שליט"א ערשינען אינעם היכל הסעודות מעוטף בטליתו, און אנגעהויבן זינגען א ווארעמען שלום עליכם, ווען דער גאנצער עולם האט מיטגעזינגען מיט א דערהויבנקייט. עס האט זיך אנגעזען א קענטיגע קורת רוח אויפן רבי'נס פנים צוזעענדיג די הערליכע אחדות'דיגע מאמענט ווען די חשוב'ע תלמידים זינגען און פארברענגען אינאיינעם אויף אזא הערליכן פארנעם.

מיט הגבהת הכוס פאר רבינו שליט"א ביי קידוש איז נתכבד געווארן הבה"ח יחזקאל אונגאר ני"ו, רבינו שליט"א האט אנגעהויבן א פייערדיגן קידוש בקול אדיר וחזק, זייענדיג מקדש דעם הייליגן שבת קודש מיט א התלהבות דקדושה.

ווען דער רבי האט פארענדיגט מאכן קידוש, האבן אלע בחורים געמאכט קידוש צוזאמען, יעדער איינער אויף זיין פלאץ, ווען דער גאנצער היכל האט אפגעדונערט פון דעם פייערדיגן קידוש.

נאך קידוש האט זיך דער רבי אינאיינעם מיט די בחורים געוואשן על נטילת ידים, און געגעסן די חלה, פיש און אנדערע מאכלי שבת. דורכאויס דעם גאנצן סעודה האט מען אראפגעשיקט שיריים וואס איז פארטיילט געווארן צווישן אלע בחורים.

נאך די פיש האט רבינו שליט"א גערעדט דברות קודש, נאכזאגנדיג שיינע תורות און הדרכות ישרות אויף די וואכעדיגע פרשה (זעט תוכן הדברות קודש קומענדיגע וואך בס"ד).

דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן זינגען "כל מקדש" מיט גרויס התלהבות, נאכגעפאלגט מיט די ווארעמע "אהבה רבה" ניגון. דער גאנצער עולם איז אריינגעשלעפט געווארן אין א התרוממות און מיטגעזונגען די ניגונים מיט א ברען און גרויס דביקות.

ווען מען האט אריינגעברענגט די זופ צום טיש האט מען אנגעהויבן זינגען אינאיינעם די "זופ ניגון", נאכגעפאלגט מיט נאך שיינע ניגונים לכבוד שבת. עס איז פארטיילט געווארן פאר יעדן איינעם קונטרסים מיט אידישע ניגונים, וואס איז ספעציעל געדרוקט געווארן לכבוד דעם גרויסן שבת.

אין לויף פונעם גאנצן סעודה האבן די בחורים געזינגען שיינע ניגונים פון דעם קונטרס, ווען דער רבי האלט מיט פון אינעווייניג און הערט זיך צו מיט גרויס התרגשות. שפעטער האט רבינו שליט"א מכבד געווען די חשוב'ע בחורים אנצוהויבן די שבת'דיגע זמירות. צווישן אנדערע איז נתכבד געווארן הבה"ח שלום לאבין ני"ו קה אכסוף; הבה"ח אלימלך זכרי' סאקס ני"ו מה ידידות; - ביים זינגען "מעין עולם הבא" נאך "מה ידידות", האט מען זיך אויפגעשטעלט צו א געהויבענע ריקוד מיט אן אויסטערלישע ברען, און געוואלדיגע התלהבות דקדושה; - הבה"ח אלעזר ליפא שווארץ ני"ו תנו שבח; הבה"ח צבי אלימלך פיש ני"ו נכד רביה"ק זי"ע, קה רבון עלם; הבה"ח חיים נחום בר"י מערמעלשטיין אז ביום השביעי.

מיט ברכת המזון על הכוס האט רבינו שליט"א מכבד געווען דער חשוב'ער מנהל שליט"א, און מיט הגבהת הכוס איז נתכבד געווארן הבה"ח דוד ב"ר יואל קלמן הערשקאוויטש ני"ו.

נאכן בענטשן איז רבינו שליט"א ארויס פאר א קורצע וויילע, און דערנאך צוריקגעקומען פראווען א ווארעמע באטע אינאיינעם מיט די חשוב'ע בחורים.

 

תנו שבח ושירה לקל אשר שבת ברא

דורכאויס דעם באטע האט מען ווידער געזינגען שיינע ווארעמע ניגונים לכבוד שבת, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש און שיינע דברי תורה (זעט תוכן הדברות קודש צום סוף פונעם אימעיל).

רבינו שליט"א האט געטיילט עפלעך פאר אלע בחורים כנהוג, און דערנאך מכבד געווען החתן יעקב מאיר האלפערן ני"ו מיט'ן ניגון שבח נותנים. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין לעבעדיגע ריקודין לכבוד שבת קודש און געזינגען "רננו צדיקים" און נאך לעבעדיגע שבת'דיגע ניגונים.

מיט געהויבענע געמיטער האט מען געשלאסן דעם דריי-אהאלב שעה'יגן סעודת ליל שבת קודש; און זיך געגאנגען גרייטן צו גיין שלאפן.

 

וביום השבת

טראץ די שפעטע שעה וואס דער עולם האט זיך געלייגט שלאפן ביינאכט, האט זיך דאס אבער נישט אנגעזען אינדערפרי, ווען די  תלמידי הישיבה האבן זיך מזרז געווען און אויפגעשטאנען גאר פרי צו קענען אויסזאגן תהלים פאר'ן דאווענען כנהוג.

ארום 8 אזייגער איז רבינו שליט"א ערשינען אין היכל הביהמ"ד צו תהלים. פאר'ן אנהויבן זאגן תהלים האט דער רבי ארויסגענומען דעם קוויטל וואס האט אנטהאלטן אלע נעמען פון די בחורים וואס האבן זיך מקבל געווען נישט צו רעדן קיין דיבורי חול אום שבת. דער רבי האט מזכיר געווען און ארויסגעזאגט יעדנ'ס נאמען, און אינזינען געהאט אז די פסוקי תהלים וואס מען גייט אצינד זאגן זאל זיין לזכותם פון די חשוב'ע תלמידים.

נאך תהלים האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפילת שחרית ברוב עם, און הבה"ח חיים נחום ב"ר יואל מערמעלשטיין ני"ו איז צוגעגאנגען צו ברכות און פסוקי דזמרה.

מיט תפילת שחרית איז נתכבד געווארן הבה"ח יוסף שפיטצער ני"ו. ביי קריאת התורה האבן הבה"ח יצחק ראזענבערגער ני"ו און הבה"ח שמשון גוטמאן ני"ו געדינט אלס בעלי קורא.

פאלגענד זענען די סדר פון די עולים לתורה לויט די סדר פון די עליות:

כהן - הבה"ח דוד ב"ר ישראל יעקב לאנדא ני"ו; לוי - כ"ק מרן רבינו שליט"א, געקויפט דורך הבה"ח אברהם דוב גוטמאן ני"ו; שלישי - הבה"ח אלימלך פיש ני"ו נכד רביה"ק זי"ע; רביעי - החתן אליהו ברוין ני"ו; חמישי - דער משגיח הר"ר מרדכי הערשקאוויטש הי"ו; שישי - דער חשוב'ער מנהל שליט"א; שביעי - הבה"ח יעקב יוסף שווארץ ני"ו;  אחרון - הבה"ח אשר ענזיל ב"ר אלימלך קרויס ני"ו; מפטיר - הבה"ח אלימלך אליהו קרויס ני"ו; הגבה - הבה"ח מרדכי פרישינובסקי ני"ו; גלילה - הבה"ח יחזקאל אונגאר ני"ו.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הבה"ח יחזקאל אונגאר ני"ו, און מיט פתיחה צו אנעים זמירות איז נתכבד געווארן הבה"ח מרדכי רפאל טעללער ני"ו.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויסגעגאנגען פאר עטליכע מינוט, און איז ערשינען אינעם היכל הסעודות ארום צען מינוט דערויף און אנגעהויבן זינגען די זמירות פאר קידוש.

 

סעודת יום השבת

מיט הגבהת הכוס צו קידוש איז נתכבד געווארן הבה"ח שלום אליהו יונגרייז ני"ו.

דורכאויס די סעודה האט מען געזונגען שיינע געשמאקע ניגונים לכבוד שבת. צוערשט האט מען געזונגען "ברוך ה' יום יום", און דערנאך אנדערע שיינע ניגונים.

במשך די סעודה האט מען געזונגען דעם באקאנטן "יאקאב" ניגון, און רבינו שליט"א האט קענטיג גאר שטארק הנאה געהאט דערפון. נאכן ענדיגן דעם ניגון האט דער רבי ארומגערעדט שיינע זכרונות פון "יאקאב" און פון ר' יום טוב ערליך. דער רבי האט ערווענט אז ער געדענקט נאך יאקאב'ס חתונה, און אזוי אויך ווען ער איז אמאל געקומען באזוכן ביי אביו הגדול מרן רביה"ק זי"ע, און די רבי האט ממשיך געווען דברי חיזוק וואס מ'קען זיך ארויסלערנען (זעט תוכן הדברות קודש צום סוף פונעם אימעיל).

דערנאך האט הבה"ח שמואל יוסף מערמעלשטיין ני"ו געזונגען "אז ביום השביעי"; שיר המעלות האט געזונגען הבה"ח שלמה גאלדשטיין ני"ו, און הבה"ח יצחק אייזיק פיש ני"ו, נכד רביה"ק זי"ע, האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס.

נאכן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד לכבוד שבת; מען האט געזונגען "שבח יקר וגדולה" און נאך ניגונים מיט א לעבעדיגקייט און התרוממות.

דערנאך האט מען באגלייט דעם רבי'ן צום אכסניא, ווען אויפן וועג האט דער רבי ארומגערעדט שיינע ענינים מיט די חשוב'ע בחורים.

 

שבת נאכמיטאג

ארום 6:30, נאכן מקיים זיין דעם "שינה בשבת תענוג" און כאפן א געשמאקן דרימל לכבוד שבת קודש, איז פארגעקומען א געשמאקן סדר הלימוד, ווען אלע בחורים האבן זיך געזעצט לערנען פלייסיג מיט א פרישקייט.

אין די זייט איז געווען צוגעגרייט טעימה קלה, געשמאקע פרישע מזונות און פרוכט, זיך צו קענען דערכאפן דאס הארץ אין דעם לאנגן שבת נאכמיטאג.

8:00 אזייגער איז פארגעקומען א שיעור אין פרקי אבות, פארגעלערנט דורך דעם גבאי נאמן ומשמש בקודש, מוה"ר יצחק נחום האמבורגער הי"ו. ווי ער האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון מרבה זיין שלום בין אדם לחבירו און צו געבן א גוט ווארט פאר א צווייטן, און אזוי אויך האט ער ארומגערעדט און פארציילט עובדות וסיפורים במשנתו פון רביה"ק זי"ע.

 

רעוא דרעוין

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין בית המדרש צו תפילת מנחה. הבה"ח ישעי' ארי' לייב ב"ר ישראל חיים הערשקאוויטש ני"ו איז צוגעגאנגען צום עמוד.

הבה"ח יחזקאל אונגאר ני"ו האט געדינט אלס בעל קורא; כהן האט עולה געווען הבה"ח יצחק ראזענבערגער ני"ו, לוי האט עולה געווען הבה"ח אשר ענזיל בן ר' אלי' קרויס ני"ו; שלישי האט עולה געווען הבה"ח אליעזר קאהן ני"ו, נכד רבינו שליט"א.

רבינו שליט"א איז געגאנגען הגבה, און מיט גלילה איז נתכבד געווארן הבה"ח אברהם דוב גוטמאן ני"ו.

נאך תפילת מנחה איז דער רבי אריינגעקומען צו שלש סעודות, זיך געוואשן נטילת ידים און אויפגעשניטן די חלה. דער רבי האט דאן ארויפגערופן עטליכע ממצוייני הישיבה און פארטיילט צווישן זיי די י"ב חלות פונעם לחם משנה.

דער רבי האט מכבד געווען הבה"ח יוסף שפיטצער ני"ו מיט קידוש, און דערנאך האט מען אנגעהויבן זינגען די זמירות.

"ידיד נפש" האט געזונגען החתן יעקב חיים סג"ל טירנויער ני"ו; "קל מסתתר" - הבה"ח אלימלך פיש ני"ו נכד רביה"ק זי"ע, "אין כאלוקינו" האט אנגעהויבן הבה"ח שמעון כהנא ני"ו נכד רביה"ק זי"ע.

דערנאך האט מען געטיילט פלייש כנהוג, און רבינו שליט"א האט אנגעהויבן די פייערדיגע דברות קודש און ווארעמע דברי התעוררות, אנצואווארעמען די הערצער פון די טייערע בחורים צו תורה און עבודת השם אין די הייליגע מינוטן פון רעוא דרעוין.

נאכן זמן צאת הכוכבים האט מען פארלאשן די לעקטער אינעם היכל, און מען האט אנגעהויבן זינגען ווארעמע גאולה ניגונים; "מידת הרחמים", "אלקא די ליה", "אני מאמין" און נאך הארציגע ניגונים בעניני גאולה, ווי רבינו שליט"א האט גאר שטארק געקאכט ביי די ניגונים מיט אן אש קודש פארגיסנדיג טייכן טרערן, דורכאויס די הייליגע מאמענטן.

דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א דערהויבענע טאנץ "נאר אמונה" און "וקרב פזורינו", איינרייסנדיג מיט א הייסע תפילה פאר די גאולה השלימה.

דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הבה"ח חיים אלעזר פעלבערבוים ני"ו מיט "שיר המעלות", און נכדו היקר החתן אהרן ארי' גינזבערג ני"ו מיט ברכת המזון.

תפילת מעריב האט דער רבי געדאוונט פארן עמוד, נאכגעפאלגט מיט א פייערדיגן הבדלה ברוב עם.

מיט הגבהת הכוס איז נתכבד געווארן הבה"ח שמואל יוסף מערמעלשטיין ני"ו. הבה"ח ישי עקשטיין ני"ו האט געהאלטן דעם הבדלה.

 

לכו בנים שמעו לי

נאך הבדלה האט דער רבי געטיילט שיריים פון די וויין פאר יעדן איינעם באזונדער, און דערביי אויסגעדרוקט זיינע טיפע הרגשים און געפילן נאכן מיטלעבן אזא דערהויבענע שבת, זאגנדיג אז עס האט אים געברענגט א שטארקע התקרבות צו די טייערע בחורים, זיינע באליבטע תלמידים.

דערנאך האט זיך דער רבי געשטעלט זאגן "ויתן לך" און "שמע בני", טאקע אויף דעם נייעם שטענדער וואס די בחורים האבן געקויפט אלס מתנה.

דערנאך האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן פון היכל, און געזינגען אינאיינעם "א גוטע וואך" לעבעדיג און דערהויבן ביז גאר. אויפ'ן וועג צום אכסניא האבן די בחורים פארברענגט מיטן רבי'ן, ארומרעדנדיג תורות און שיינע ענינים.

 

מלוה מלכה

א קורצע צייט נאך די סדר הבדלה איז פארגעקמען די רייכע סעודת מלוה דמלכה, רבינו שליט"א איז ערשינען אין היכל, אנגעצידן ליכט לכבוד מוצאי שבת און זיך געוואשן נטילת ידים. נאכן עסן די חלה און די פיש האט דער רבי אנגעהויבן זינגן "אתקינו סעודתא" און די איבריגע זמירות פון מוצאי שבת.

דערנאך האט דער רבי מכבד געווען עטליכע חשוב'ע בחורים צו פארציילן מעשיות פון צדיקים לכבוד מוצאי שבת.

עס האבן אויפגעטרעטן הבה"ח ישראל קרויס ני"ו, החתן אלימלך ב"ר יצחק אייזיק שלום קרויס ני"ו, הבה"ח דוד הערשקאוויטש ני"ו, און הבה"ח חיים נחום בר"י מערמעלשטיין ני"ו.

דערנאך האט הבה"ח ישעי' לייב הערשקאוויטש ני"ו אראפגעזינגען שיינע גראמען פארן רבי'ן, ארויסברענגענדיג די טיפע קשר און נאנטע בונד וואס דער שבת האט געשאפן צווישן דעם רבי'ן און זיינע טייערע תלמידים. אזוי אויך האט ער ארויסגעברענגט אז דער הייליגער רבי זי"ע האט אויפגעשטעלט די ישיבה, און די גרויסע נחת רוח וואס ער האט אויבן אין הימל צו זען די הערליכע פירות.

רבינו שליט"א האט זיך דערנאך שטארק באדאנקט פארן זינגען די גראמען, און עקסטער פאר הבה"ח אברהם בראדי ני"ו וועלכע האט פארפאסט די הערליכע גראמען בכשרונותיו הברוכים.

דערנאך האט מען געטיילט שיריים פון די קוגל פאר אלע בחורים. מיט שיר המעלות איז נתכבד געווארן הבה"ח אברהם זיידא פאגעל ני"ו. הבה"ח שמעון כהנא ני"ו נכד רביה"ק זי"ע, האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס.

נאכן בענטשן האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א מיט לעבעדיגע טענץ בשירה ובזמרה, זייענדיג דערהויבן און מרוגש ביז גאר אז מען האט געהאט דעם זכיה מיטצולעבן אזא לעכטיגע און דערהויבענע שבת אינאיינעם מיטן רבי'ן, אנקניפנדיג א נאנטע רוחניות'דיגע קשר און זיך מחזק געווען בתורה ויראת שמים, שעפנדיג דערביי פרישע כוחות צו קענען דינען דעם אויבערשטן מיט א שטארקייט און התחדשות.

 


בילדער


 

די סעודות שבת הערליך צוגעגרייט

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

ביים זאגן שיר השירים ערב שבת

  • mamudim
  • mamudim

 

דברות קודש בעת רעוא דרעוין

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

מעריב מוצאי שבת

  • mamudim

 

הגבהת הכוס הב' משה יחיאל מערמעלשטיין ני"ו

  • mamudim

 

הבדלה געהאלטן הב' שלום עקשטיין ני"ו

  • mamudim

 

די הערליכע שטענדער מנחת ביכורים

  • mamudim
  • mamudim

 

הרה"ג המנהל שליט"א ביים איבערגעבן די מתנה פארן רבי'ן

  • mamudim

 

די הערליכע מנחת ביכורים על שלחן מלכים

  • mamudim

 

ביי די סעודת מלוה מלכה

הבה"ח ישעי' לייב הערשקאוויטש ני"ו טרעט אויף מיט הערליכע חרוזים

  • mamudim

 

קונטרס תוכן הדברות קודש

דרוקט אויפן דעקל צו עפענען

 

יום שבתון אין לשכוח!

uyh@ichudtosh.com ichudtosh - donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info Add name to book Phone Book
Manage Preferences/Unsubscribe
Developed by Quickwit TechIchud