מתאחדת - באריכט און בילדער פון אומפארגעסליכע שבת מיטן רבי'ן שליט"א בהיכל ישיבה גדולה ניו יארק - תורת משולם פייש - מיטוואך קרח תשפ"ו #1124

Top Banner
  • mamudim

שבת קודש פרשת בהעלותך מיוחד לתלמידי ישיבה גדולה ניו יארק תורת משולם פייש - "שבת לפני הילולא קדישא" של רבינו מרן השרף זצוק"ל ריש שושילתא קדישא, בתוככי ישיבתינו הק' - ישיבה של רבי


 

אומפארגעסליכע התרוממות'דיגע טעג זענען פארריבער בצילא דמהימנותא קדישא של הוד כ"ק מרן רבינו וראש ישיבתינו שליט"א

הכנה דרבה מיט שעות רצופות || תפלת שחרית ערש"ק בראשות כ"ק רבינו שליט"א || מכירת הזכותים נוכחת פון רבינו שליט"א || געהויבענע מעמד הנחת אבן הפינה || הדלקת הנרות ושיר השירים בוקע רקיעים || תפלת מנחה וקבל"ש || סעודת חקל תפוחין קדישין פרטי || שפאציר מיט רבינו שליט"א על שטח הישיבה || תהלים מיט גרויס התעוררות || פסוקי דזמרה, שחרית, קריאת התורה, מוסף || סעודת עתיקא קדישא || פרק שיעור || מנחה || התעוררות'דיגע שלש סעודות || מעריב || הבדלה || שיחות קודש || מלוה מלכא || סיומי מסכת || כי אורך ימים || תפלת שחרית יום א'

עס איז באמת נישט גרינג צוזאמצוקלויבן די מחשבות, און צו אריענטירן די רגשי הלב און די געהויבענע געפילן וואס שטורעמען אין הארץ, און עס אויסגיסן אויפ'ן פארעם פונעם בלויז-טרוקענעם פאפיר. דער "איה שוקל ואיה סופר" באקומט א נייע באדייט ווען מען דארף זיך נעמען צו דער אויפגאבע צו ברענגן א באריכט אויף דעם דערהויבענעם שבת קודש וואס תלמידי ישיבתינו הקדושה האבן מיטגעלעבט און זענען געווען אין אן העכערן אטמאסערע דורכאויס די ליכטיגע שעות בצילא קדישא.

עס איז קוים פאריבער זינט דאן קארגע צוויי וואכן, ווען מיר קלויבן צוזאם מיטן ציל אראפצושרייבן כאטש א מעין פון וואס מיר האבן מיטגעלעבט, די הייליגע תפילות בוקע רקיעים, די לעכטיגע סעודות שבת, וואס זענען ווירקליך געווען בבחינת הדרא דלא אפשר למפרט בשפוותא, און וועלן אויף אייביג בלייבן איינגעקריצט על לוח לב פון יעדער באזונדער מתלמידי ישיבתינו הק', א מחזה וואס לאזט זיך שווער ארויסברענגן מיט ארימע ווערטער אויף טרוקענע פאפיר. עס איז געווען אסאך מער ווי א היסטארישע איבערלעבעניש, און גאר טיפער ווי בלויז א פריוואטע שבת וואס מען האט מיטגעהאלטן, דאס איז א טיפע קשר צו דער רועה נאמן אבינו רועינו, און א חביבות און הערצה וואס יעדער תלמיד הישיבה טראגט מיט זיך צום רבי'ן שליט"א. אלעס פונעם שבת איז געווען איין לאנגע קייט און א חטיבה אחת פון "הויכפונקט" און "קלימאקס", אבער דאך וועלן מיר כאטש עפעס פרובירן אראפצוגעבן וויפיל מען קען, ובשם ה' נעשה ונצליח.

 

הכנה דרבה מיט שעות רצופות ועוד

די הכנות צום שבת קודש האט זיך שוין אנגעהויבן נאך איידערן יום טוב שבועות העעל"ט. ווי נאר מען האט ערהאלטן די בשורה משמחת אז הנה מלכך יבא לך, האט זיך גלייך אנגעזעהן די געוואלדיגע הכנה דרבה בתוככי די ישיבה ווענט, ווי בחורים האבן געהארעוועט און זיך מייגע געווען באהלה של תורה, מיט אן אויסטערלישע התמדה, ובפרט האבן די בחורים געלערנט שעות רצופות דינענדיג אלס הכנה מיטן צוזאמענהאנג בכדי צו קענען קויפן די זכותים פונעם שב"ק וואס האבן זיך פארקויפט פאר צענדליגע שעות רצופות לימוד התורה, און פאר מערערע בלעטער גמרא.

 אלס נענטער עס איז געקומען צום שב"ק האט זיך מער און מער געשטארקט די כח התורה והעבודה אין ישיבה.

 

תפלת שחרית ערב שבת קודש

ערש"ק אין א פריע שעה האט מען מקבל געווען את פני הקודש פון רבינו שליט"א אנקומענדיג בהיכל ישיבתינו הק', מען האט זיך גלייך געשטעלט דאווענען תפלת שחרית מיט א קאך און מיט א פלאם פייער. צום עמוד איז צוגעגאנגען הבה"ח שמחה אלעזר טייטלבוים ני"ו. נאכ'ן געהויבענעם דאווענען האט דער חשוב'ער מנהל הישיבה הרה"ג מענדל וואלף האלצער שליט"א אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דיבורים, מקבל צו זיין דעם גרויסן גאסט כ"ק מרן רבינו שליט"א בברכת ברוכים הבאים, און דערביי איבערגעגעבן א גריס פון די בחורים ווי אזוי מען האט אריינגעהארעוועט בתורה ועבודה ובקבלות טובות די לעצטע וואכן צו מאכן א פאסיגע הכנה צום דערהויבענעם שבת קודש בהיכל הישיבה בראשות רבינו שליט"א.

דערנאך האט מען פארקויפט די זכותים וכיבודים במשך שבת קודש, פאר לימוד התורה בשעות רצופות במשך די קומענדיגע וואכן ביזן יומדהל"ק פונעם הייליגן אור החיים הקדוש זי"ע, דעם קומענדיגן ט"ו תמוז הבעל"ט.

די זכותים זענען פארקויפט געווארן בנוכחת פון רבינו שליט"א וועלכע האט געשעפט הויפענעס נחת פון די תלמידים הקרואים בנים. ווען אלעס צוזאמען האט מען פארקויפט צען זכותים, און דאס האט זיך פארקויפט פאר אריבער טויזנט שעה רצופות!, דאן האט רבינו שליט"א האט אויסגעדרוקט רצון קדשו צו האבן אין באזיץ ליסטע פון די זכותים און ווער עס האט דאס געקויפט און פאר וויפיל שעות. והי' על לוח לבו הטהור.

דערנאך האט מען זיך געגרייט בהכנה דרבה צום שב"ק בלימוד התורה ובשעות רצופות.

נאכן מעמד הנחת אבן הפינה (מער זע אין באזונדערע ארטיקל) איז מען צוגעטרעטן צום עצם יום השבת. נפשי חולת אהבתיך.

 

שבת קודש בצל כנפיך יחסיון

הארט פאר'ן זמן הדלקת הנרות איז רבינו שליט"א ערשינען בהיכל הביהמ"ד וואס איז געווען פראכטפול צוגעגרייט צום שבת קודש וואו עס פאסט פאר אזא געהויבענעם שבת, רבינו שליט"א האט געצינדן די לעכט ביים עמוד, און דערנאך אריין צום היכל השולחנות און געמאכט דעם עירוב אינאיינעם מיט הבה"ח בנש"ק יעקב ראזענבערגער ני"ו נכד רביה"ק זצ"ל, ווען דערנאך האט רבינו שליט"א געצינדן די נרות שבת, און געזאגט די תפלת שיר השירים אינאיינעם מיט די בחורים.

דאן האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפלת מנחה ברוב עם, רבינו שליט"א איז כמנהגו בקודש צוגעגאנגען צום עמוד און אראפגעלייגט א פייערדיגע דאווענען ווען אויפן האריזאנט שפרייט זיך אויס די קדושת שבת קודש. 

נאכ'ן געהויבענעם תפלת מנחה האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברות קודש כהכנה לשבת קודש, און דערביי ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פונעם הייליגן שבת, און ווי מען דארף האלטן טייער דעם שבת קודש, רבינו שליט"א האט מאריך געווען בדברות קודש אין די מאמר חז"ל מתנה טובה יש לי בבית גנזי ושבת שמה, אז מען ברויך אויסנוצן דעם שבת ווי עס דארף  צו זיין.

 אזוי אויך האט דער רבי ארומגערעדט אז מען שטייט אין אזא גרויסן שבת, א שבת לפני הילולא קדישא פון הייליגן זיידען, דער שרף זצ"ל וואס תמיד האט אין אים געברענט און געזיעט די קדושת שבת, און אידן זענען ארויסגעקומען מיט אויסגעוואשענע נשמות נאך א שבת ביים הייליגן שרף זי"ע. 

ווי אויך האט דער רבי ארומגערעדט איבער זיך היטן דאס מויל שבת נישט רעדן קיין דברים בטלים, און דער רבי האט דערמאנט די ווארט פון צדיקים אז מ'זאגט "לכו", פאר די מקטריגים, גייטס אוועק, "נרננה לה'" לאמיר זינגען צום אייבערשטן, און דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן מיט א פלאם פייער לכו נרננה לד', ווי די גאנצע בית מדרש איז אריינגעשלעפט געווארן אין א העכערע אטמאספערע, די ביהמ"ד האט געדינערט ווי עס פאסט פאר טאהש'ע בחורים, די דאווענען האט געפלאמט מיט א אש שלהבת קה.

נאכ'ן געהויבענעם דאווענען האט מען געזינגען דעם גוט שבת ניגון, און מען איז אריבער וואונטשן א גוט שבת אל מול פני הקודש.

 

סעודת ליל שב"ק

רבינו שליט"א איז ארויס, און מען האט געזינגען עטליכע ווארעמע ניגוני קודש. דערנאך איז דער רבי ערשינען צום היכל השולחנות וואס איז געווען פראכטפול עלעגאנט צוגעגרייט מיט ספעציעלע פלאטפארמעס אלע בחורים זאלן קענען מיטהאלטן. מען האט אנגעהויבן די זמירות; און רבינו שליט"א האט זיך אומגעקוקט מיט גרויס קורת רוח צו מחזה הוד ווען עס איז בניך כשתלי זיתים סביב לשלחניך אויף א פריוואטע אופן בלויז דער רבי מיט די בחורים.

הגבהת הכוס צו קידוש איז מכובד געווארן הבה"ח  שמחה אלעזר טייטלבוים ני"ו, נאכדעם האבן אלע בחורים געמאכט קידוש צוזאמען, און דערנאך האט מען זיך געוואשן צום סעודה, און מען האט געגעסן די פיש, און רבינו שליט"א האט זיכער געמאכט אז יעדער האט פון אלעס און דערנאך האט מען געטיילט שיריים.

דאן האט רבינו שליט"א משמיע געווען לענגערע דברות קודש בהדרכה אויף די בחור'ישע יארן, ווי דער רבי האט אויסגעפירט אז די ישיבה איז נקראת על שמו פון רביה"ק זצ"ל "תורת משולם פייש", און די ישיבה איז נגלה, און נסתר, נגלה בתורה הק', און נסתר איז די יראת שמים, אזוי ווי די אוה"ח הק' האט געהאט צוויי ישיבות איינס פאר נגלה, און איינס פאר נסתר, און רבינו שליט"א האט אויסגעפירט מיט ברכת קדשו.

רבינו שליט"א האט דאן מכבד געווען הרה"ג המנהל שליט"א אויפצוטרעטן לכבוד שב"ק. במשך די סעודה האבן די בחורים געזינגען ניגוני שבת קודש פון וואס דער רבי האט מורא'דיג הנאה געהאט און געהייסן איבערזינגען עטליכע ניגונים, ובפרט ווען מען האט נאך די זופ ניגון געזינגען די ניגון אויף די ווערטער "הוודאי שמו כן תהלתו" פון וואס רבינו שליט"א האט געהאט קענטיגע הנאה.

מיט די זמירות זענען נתכבד געווארן הבחורים החשובים קה אכסוף הבה"ח אהרן משה ראטטנשטיין ני"ו - מה ידידות - הבה"ח אלי' שטיין ני"ו - תנו שבח - הבה"ח יהודה אלחנן יוסף שניצער ני"ו, - קה רבון - הבה"ח יעקב ראזנבערגער ני"ו נכד רביה"ק זצ"ל - צור משלו הבה"ח יצחק בנימין ניימאן ני"ו - אז ביום השביעי הבה"ח שלמה זלמן סאמעט ני"ו.

דאס זינגען די זמירות זענען פאריבער מיט גרויס התעוררות והתרוממות, און דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט ספה"ק נועם אלימלך, און צוגעענדיגט מיט קורצע דברות קודש.

רבינו שליט"א האט מכבד געווען מיט שיר המעלות הבה"ח אלימלך ב"ר יואל אלחנן פאפלאנאש ני"ו משב"ק ובריח התיכן דישיבתינו הק', און ברכת המזון הרה"ח ר' שמואל דוד גוטמאן שליט"א חבר הנהלת הישיבה, שבח נותנים הבה"ח ליפא שטערן ני"ו, דערנאך האט מען געטאנצן רננו צדיקים, און רבינו שליט"א איז אריין בחדרו הפרטי.

עטליכע מינוט דערויף איז דער רבי ארויס געקומען צו זיינע געטרייע תלמידים און מיט א ליבליכע אהבה ארומשפאצירט מיט די בחורים לענגאויס דעם שטח הישיבה, און מען האט פארברענגט בדברי תורה וחסידות פון וואס רבינו שליט"א האט גענאסן א שטארקע קורת רוח. דאן איז רבינו שליט"א צוריק אריין לחדרו הפרטי בבנין ישיבתינו הק'.

 

וביום השבת

רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו אמירת ספר תהלים כנהוג, בשעת עס איז געווען א פילע ביהמ"ד מיט בחורים.

צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הבה"ח אלי' שטיין ני"ו, שחרית הבה"ח אברהם ארי' מאירוביץ ני"ו די דאווענען האט בוקע רקיעים געווען מיט א אויסטערלישע קאך, בעל קורא הבה"ח יושע אשר זאב סג"ל גאלדשטיין ני"ו, די עליות האבן עולה געווען כהן הרה"ח ר' אליעזר צבי הכהן פישער הי"ו משב"ק, לוי - רבינו שליט"א ריש מתיבתא קדישא, שלישי הרה"ח ר' שמואל דוד גוטמאן שליט"א חבר הנהלת ישיבתינו הק', רביעי הרה"ג ר' חיים הערש מייזעלס שליט"א ר"מ בישיב"ק ומשגיח בישיבתינו הק', חמישי הבה"ח שמעון גוטמאן ני"ו, שישי הרה"ג המנהל שליט"א, שביעי הבה"ח אלימלך ני"ו בן הרה"ח ר' יואל אלחנן פאפלאנאש שליט"א משב"ק ובריח התיכון דישיבתינו הק', אחרון הגה"צ אב"ד קהילתינו מאנסי שליט"א ור"מ בישיב"ק, דערנאך האט רבינו שליט"א געמאכט מי שברך לחולי ישראל, מפטיר הרה"ח ר' ראובן מנחם שווארטץ הי"ו משב"ק, הגבה הבה"ח יהושע בן הגה"צ אב"ד מאנסי שליט"א, גלילה הילד משולם פייש בן הרה"צ ר' משה שליט"א.

צו מוסף איז צוגעגאנגען הבה"ח ישראל ראטה ני"ו נכד רבינו השרף זצ"ל, פתיחה לאנעים זמירות הבה"ח רפאל האללענדער ני"ו, נאכ'ן געהויבענעם און פייערדיגען דאווענען איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום ארון הקודש, און געוואונטשן א גוט שבת פאר אלע בחורים.

 

סעודת יום שבת קודש

ביי די סעודה עתיקא קדישא בהיכל השולחנות איז מכובד געווארן הבחור החתן נחמן חיים קליין ני"ו מיט הגבהות הכוס. נאך די פיש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' חיים הערש מייזעלס שליט"א ר"מ בישיב"ק ומשגיח בישיבתינו הק' אויפצוטרעטן לכבוד שב"ק.

דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען ווארעמע און הרגש'דיגע דברות קודש, און דערציילט א מעשה פון הרה"ק ר' מאיר'ל פון פרעמישלאן זצ"ל אז ער איז אמאל געפארן אויף שבת פרשת נשא קיין בארדיטשוב, און מען האט געפלאנט צו מאכן א מסיבה פאר געלט לטובתו פון ר' מאיר'ל זצ"ל, און צוליב די שווערע וועטער איז רבי מאיר'ל אנגעקומען שוין נאך חצות היום ערש"ק עטליכע שעה פאר'ן זמן, און מען האט פארגעשלאגן פאר רבי מאיר'ל צו מאכן די מסיבה נאך שבת, אבער רבי מאיר'ל האט דווקא געוואלט ערש"ק, אן זאגן א טעם, שבת האט רבי מאיר'ל געזאגט אז ער האט דווקא געוואלט מען זאל מאכן די מסיבה ערש"ק כדי ער זאל זיי קענען בענטשן די אלע וואס האבן געגעבן געלט מיט די פסוק אין פרשת נשא ביום 'הששי' נשיא לבני גד אליסף בן דעואל, ווי ער האט מסביר געווען אז גד איז ר"ת ג'ומל ד'לים אז דער אייבערשטער זאל באצאלן די וואס העלפן ארימעלייט אז אל יסף מען זאל נישט שטארבן יונג, בן, מען זאל האבן קינדער, דעו, קל, וואס זיי ווייסן פונעם אייבערשטן. 

רבינו שליט"א האט אויסגעפירט אז ער האט זיך נישט גערישט אז ער וועט דארפן דערציילן די מעשה, נאר וויבאלד ער האט געזעהן די פלאם פייער מיט וואס די בחורים דאווענען, און וויאזוי זיי פראווענען א שבת, און רבינו שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט "איך האב נישט קיין איין פראצענט חרטה אז איך בין אהער געקומען, איך האב ב"ה שטארק הנאה, רביה"ק זי"ע האט הנאה, די אבות הק' האבן הנאה, וויל איך ענק אנוואונטשן מיט די זעלבע ברכה, וביום הששי נשיא לבני גד אליסף בן דעואל אל יסף עטס זאלטס נישט שטארבן יונג, בן דעו קל, עטס זאלטס זיין קינדער וואס ווייסן פונעם אייבערשטן, עטס מאכטס פאר מיך, און פאר מיין טאטע רביה"ק א נחת רוח, עטס האטס א גרויסע זכות".

במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שבת קודש, און מען איז אריבער נעמען שיריים. אז ביום השביעי הבה"ח שמואל מאיר לייפער ני"ו, מיט שיר המעלות האט רבינו שליט"א מכבד געווען הבה"ח אברהם ארי' מאירוביץ ני"ו, און מיט ברכת המזון הרה"ח ר' יואל קלמן הערשקאוויטש הי"ו עסקן נמרץ לטובת ישיבתינו הק', און נאכדעם איז רבינו שליט"א אריין לחדרו הפרטי בבנין ישיבתינו הק'.

 

סדרי הלימודים שבת אחצ"ה

במשך די נאכמיטאג שעות האבן די בחורים עוסק געווען בתורה, און איבערגעגאנגען די תוכן דברות קודש פונעם שבת קודש, וועלכע רבינו שליט"א האט משמיע געווען: פאר קבלת שבת. ביים טיש חקל תפוחין קדישין. און ביים סעודה עתיקא קדישא. כדאי עס צו חזר'ן און געדענקן, און די בחורים האבן געלערנט די לימודי הישיבה, און עוסק געווען בספרי דבי רב עבודת עבודה, וספרי חסידות, אזוי אויך איז געווען צוגעשטעלט עונג שבת בהיכל ישיבתינו הק'.

א באזונדערע מחזה איז געווען, ווען די תלמידי הישיבה האבן עוסק געווען בשיעורי הישיבה המיוחד לשבת ווי געווענליך, און דער רבי האט דאס צוגעזעהן און גאר שטארק הנאה געהאט צוצוזעהן ווי תלמידי הנאמנים נוצן אויס די טייערע צייט, אפילו ביומא דשבתא מיט לימוד התורה כדבעי, און דער רבי האט ארויסגעוויזן א שטארקע קורת רוח.

א שעה פאר מנחה בשעה 7:30 איז געווען א שיעור בפרקי אבות פארגעלערנט דורך הרה"צ ר' אייזיק סג"ל שליט"א ר"מ בישיבתינו הק', ער האט ארומגערעדט איבער גאר שטארקע הדרכה וענינים העומדים על הפרק, ביים סוף שיעור האט מען אנטפאנגען הוד כ"ק מרן רבינו שליט"א ריש מתיבתא קדישא.

 

תפלת מנחה וסעודת רעווא דרעווין

דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפלת מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הבה"ח שמואל מאיר לייפער ני"ו, בעל קורא הבה"ח יהודא אלחנן יוסף שניצער ני"ו, די עליות האבן עולה געווען כהן מוה"ר מאיר יצחק הכהן פישער הי"ו משב"ק, לוי הרה"ח ר' אהרן מיכאל גבריאל סג"ל קרויס מנאמני בית כ"ק מרן רבינו שליט"א, שלישי מוה"ר אברהם זאב גוטמאן הי"ו, הגבה כ"ק מרן רבינו שליט"א, גלילה הבה"ח יהודה צבי ראזנבערגער ני"ו נכד רביה"ק זי"ע. נאך תפלת מנחה, האט מען זיך געוואשן צו שלש סעודות - סעודת רעווא דרעווין.

קידוש ביי סעודת שלישית האט רבינו שליט"א מכבד געווען בנו הרה"צ ר' ישראל מרדכי סג"ל שליט"א.

ביי די דברות קודש האט כ"ק רבינו שליט"א משמיע געווען גאר שטארקע דברי הדרכה פאר די בחורים, וויאזוי אויסצונוצן די ימי הבחרות, און רבינו שליט"א האט אויפגעפאדערט בעניני עבודת ה', אינמיטן די תורה האט רבינו שליט"א ארויסגעברענגט זיין גרויס התרגשות פון די זכיה וואס ער האט געהאט צו פראווענען א שבת אין ישיבה, רבינו שליט"א האט גערעדט ווי א טאטע צו זיינע קינדער, בניך כשתלי זיתים סביב לשלחניך, און רבינו שליט"א האט אויסגעפירט מיט ברכת קדשו.

מיט די כיבודים זענען נתכבד געווארן ידיד נפש הרה"צ ר' יעקב סג"ל שליט"א בן רבינו שליט"א וראה"ח עבו"ע אין ב"פ, קל מסתתר הרה"צ ר' אייזיק סג"ל שליט"א בן רבינו שליט"א ור"מ בישיבתינו הק', אין כאלוקינו הרה"ג המנהל שליט"א, ברכי נפשי הרה"ג ר' חיים הערש מייזעלס שליט"א ר"מ בישיב"ק ומשגיח בישיבתינו הק', שיר המעלות האט רבינו שליט"א מכבד געווען הבה"ח שמעון גוטמאן ני"ו, הגבהת הכוס צו בענטשן הבה"ח חנינא אברהם שטערן ני"ו.

רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו מעריב לרגל די יומדהל"ק פון רביה"ק השרף זצוק"ל ריש השושילתא קדישא, הגבהת הכוס צו מעריב הבה"ח דוד שטיין ני"ו, די הבדלה האט געהאלטן הבה"ח רפאל האלצער ני"ו.

נאך הבדלה האט מען געזינגען המבדיל כנהוג, פארגעלערנט משניות, געזאגט ויתן לך, וכו', און רבינו שליט"א האט פארציילט שיחות קודש פון רבינו השרף זצ"ל וואס דער יארצייט איז אויסגעפאלן די קומענדיגע וואך שב"ק העעל"ט און דערנאך האט מען געטאנצן א גוטע וואך, און רבינו שליט"א האט אנגעכאפט נכדי רביה"ק השרף זצ"ל.

נאך שיחות קודש איז פארגעקומען א מעמד שילוח הקן דורך הרה"צ אב"ד מאנסי שליט"א בשליחות הקודש פון רבינו שליט"א, הגה"צ דער רב שליט"א האט אוועק געשיקט די פייגל, און גענומען די אייער, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א ספאנטאנישע טאנץ ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות.

 

סעודת מלוה מלכה וסיומי מסכתות ע"י תלמידי הישיבה

בשעה 12:00 האט מען זיך געוואשן צום סעודת מלוה מלכה וואס איז געווען פראכטפול צוגעגרייט. עטליכע מינוט דערויף האט מען מקבל געווען את פני הקודש בתופים ובמחולות. רבינו שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודת מלוה מלכה. מען האט  געזינגען זמירות למלוה מלכה. דאן האט דער רבי מכבד געווען צו דערציילן מעשיות. ווי עס האט פארציילט הרה"ג דומ"ץ דקהילתינו הק' ק"י שליט"א ור"מ בישיבתינו הק', הבה"ח שמואל מאיר לייפער ני"ו נכד רבינו השרף זצ"ל, הבה"ח יהודה צבי ראזנבערגער ני"ו נכד רביה"ק זצ"ל, הבה"ח שמחה אלעזר טייטלבוים ני"ו.

נאכדעם איז פארגעקומען די מעמד סיומי מסכתות וואו דריי בחורים ממצויני תלמידי ישיבתינו הק' האבן מסיים געווען, ואלו הן, הבה"ח אברהם ארי' מאירוביץ ני"ו מסכת ראש השנה, הבה"ח דוד שטיין ני"ו מסכת ברכות, הבה"ח ליפא שטערן ני"ו סדר מועד און נשים משניות, נאכן מסיים זיין האט רבינו שליט"א געזאגט קדיש, און זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין קדישין מיט די מסיימים, רבינו שליט"א איז געטאנצן מיט א אש שלהבת קה כדרכו בקודש, אויף די ניגונים, וטהר לבנו לעבדך באמת, אנא עבדא, ישראל נושע בה', וכו'.

דאן האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדע מסיים באזונדער.

דערנאך האט מען געהערט ספעציעלע חרוזין לרגל השבת קודש שעעל"ט פארגעזינגען דורך הבה"ח אברהם ארי' מאירוביץ ני"ו, ארויסברעגענדיג די געוואלדיגע זכיה פון תלמידי ישיבתינו הק', צו מיטלעבן אזא געהויבענע שבת קודש, רבינו שליט"א האט זיך באדאנקט פאר די הערליכע חרוזין פאר הבה"ח יושע אשר זאב סג"ל גאלדשטיין ני"ו וואס האט עס פארפאסט.

רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און זיך געזעגנט פון די בחורים נאך אזא לעכטיגע דערהויבענע, הייליגע, התרוממות'דיגע, התעוררות'דיגע שבת קודש.

שיר המעלות האט רבינו שליט"א מכבד געווען הבה"ח אברהם דוד עסטרייכער ני"ו, משב"ק, ברכת המזון האט רבינו שליט"א מכבד געווען דומ"ץ דקהילתינו הק' ק"י שליט"א ור"מ בישיבתינו הק'.

נאכ'ן מלוה מלכה האט רבינו שליט"א אנגעוואונטשן א דרך צלחה פאר'ן דיין ור"מ בישיבה נאך וואס ער איז געפארן אויף א נסיעה למקומות הק' לרגל היומדהל"ק של רביה"ק השרף זצ"ל. דערנאך האט רבינו שליט"א אויפגענומען נדיבי ונגידי בעם בחדרו הפרטי בבנין ישיבתינו הק'. דערנאך האט מען ארויס באגלייט רבינו שליט"א מיט'ן ניגון כי אורך ימים אויסגעשטעלט אויף צוויי שורות, און רבינו שליט"א האט געוואונטשן במאור פניו לתלמידיו הקרוים בנים.

די תלמידי ישיבתינו הק' זענען ארויס פונעם שבת ווי נייע מענטשן אנגעפילט מיט השפעות ברכות עד בלי די, און אנגעזאפט בקדושה ובטהרה ובשמחת הנפש וואס איז נישט מעגליך צו באשרייבן, עס זאגט זיך ממש די ווערטער פון אקדמות "הדרא דלא אפשר למפרט בשפוותא" די התחדשות, התרוממות, התעוררות, התעלות, וואס עס איז געווארן אריינגעלייגט אין יעדע בחור באזונדער ווי רבינו שליט"א האט זיך אומגעקוקט גאנץ שבת קודש, און זיך געזארגט פאר יעדן איינעם עקסטער, יעדע בחור האט זיך געהאט א עקסטערע זמן דורכאויס די שבת קודש ווי ער האט געהאט א פערזענליכע הערצה פון ראש ישיבתינו כ"ק מרן רבינו שליט"א, און עס שרייט זיך ארויס ברוך השם שזכינו לחסות בצל הקודש פון אבינו רועינו הוד כבוד קדושת מרן אדוננו מורינו ורבינו עטרת תפארת ראשינו ראשי ישיבתינו בישיבה של רבי שליט"א וואס האט אונז מקרב געווען נאך נענטער לאבינו שבשמים, ולתורתו, און אונז מקרב געווען נענטער צו מרן רביה"ק זצוק"ל, און אין זיינע הייליגע דרכים, און די ישיבה שנקראת על שמו הקדוש ווי רבינו שליט"א האט עטליכע מאל דערמאנט דורכאויס שבת קודש, און אז די זכות פון רביה"ק טוט זיכער ביישטיין פאר די בחורים וואס לערנען בישיבה של רבי.

מען האט געזעהן בחוש ווי כהן גדול מאחיו כ"ק מרן רבינו ראש ישיבתינו הק' שליט"א איז מדליק את הנרות עד שתהא: שלהבת עולה מאליה.

 

תפלת שחרית ופרידה יום א' בבוקר

זונטאג צופרי האט מען ווידעראמאל געהאט די זכיה מקבל צו זיין את פני הקודש אין א פריע שעה, טראץ גייענדיג שלאפן מוצאי שבת אין די פריע פארטאגס שעה'ן, און מען האט זיך געשטעלט דאווענען תפלת שחרית. צום עמוד איז צוגעגאנגען הבה"ח שמואל מאיר לייפער ני"ו, די דאווענען איז אריבער מיט א געהויבנקייט אזוי ווי גאנץ שבת קודש, שעבר עלינו לטובה.

נאכ'ן דאווענען האט רבינו שליט"א פארפירט א שמועס מיט די בחורים במאור פניו אינצווישן אנדערע האבן די בחורים איבערגעגעבן קוויטלעך פאר רבינו שליט"א, און אזוי אויך האט רבינו שליט"א געפרעגט ווען מען קומט די קומענדיגע מאל קיין קריתינו הק'.

האבן די בחורים געענטפערט אז מען וויל קומען יעדע שבת קודש, האט רבינו שליט"א געענטפערט "איך וויל אויך קומען אהער יעדע וואך" און רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה ובזמרה.

דערנאך איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צו די מקום מלאכת הבניה פון בנין ישיבתינו הק' החדש והמפואר שנבנית במהירות יתירה לעשות רצון צדיק פון כ"ק מרן רבינו שליט"א צו האבן א פראכטפולע בנין חדש לישיבה של רבי, רבינו שליט"א האט געזאגט עטליכע מזמורי תהלים, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

און מיט דעם האט זיך געשלאסן די געהויבענע באזוך פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ריש מתיבתא קדישא בהיכל ישיבה של רבי פון וואס די בחורים זענען ארויס מיט א געוואלדיגע התעלות אויף ווייטער.

דער באזוך האט זיך טאקע בפועל געשלאסן, אבער כיון ששבת וי אבדה נפש, דאס געזעגענען זיך פון אזעלכע לעכטיג דערהויבענע מאמענטן זענען פשוט שווער געווען, אבער די תוצאות וואקסן פון מינוט צו מינוט ווען די בחורי הישיבה מאכן א כלי פון די לעכטיגע שבת קודש און מען איז זיך מצמצם אל הלב צו באגרייפן וואס מען האט אלץ מיטגעלעבט אין דעם לאנגן שבת קודש, א שבת וואס וועט אויף לאנג געדענקט ווערן פאר סיי וועלכע באטייליגטע.

קה אכסוף נועם שבת!

 


בילדער


 

היכל הישיבה וסעודות שבת מלכות'דיג צוגעגרייט

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

סעודה שלישית - ומעריב מוצש"ק

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

הבדלה

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

סדר הפיוטים

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

סעודת מלוה מלכה

  • mamudim

 

הבה"ח שמואל מאיר ב"ר ברוך אהרן משה לייפער ני"ו ביים פארציילן סיפורי צדיקים

  • mamudim

 

הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו קרית יואל שליט"א ור"מ בישיבה ביים אויפטרעטן

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

הבה"ח שמחה אלעזר ב"ר איתמר טייטלבוים ני"ו ביים פארציילן סיפורי צדיקים

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

תלמידי הישיבה ביים מאכן א סיום מסכתא

הבה"ח אברהם ארי' ב"ר יששכר דוב מאירוביץ ני"ו, הבה"ח דוד ב"ר אהרן משה שטיין ני"ו, הבה"ח ליפא ב"ר יואל שטערן ני"ו.

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

הבה"ח אברהם ארי' ב"ר יששכר דוב מאירוביץ ני"ו ביים אויפטרעטן מיט פאסיגע חרוזים

  • mamudim
  • mamudim

 

רבינו שליט"א משמיע ברכת הקודש נאכן דערהויבענעם שבת מיט גרויס התרגשות

  • mamudim
  • mamudim

 

הרה"ג הדומ"ץ שליט"א מכובד מיט ברהמ"ז על הכוס

  • mamudim
  • mamudim

 


ריקארדירונגען


 

ריקודין נאך די סיומי מסכתות

צו הערן

 

גראמען ע"י אחד מתלמידי הישיבה

צו הערן

 

ברכת הקודש

צו הערן

 

כי אורך ימים

צו הערן

 

שבת קודש נפשי חולת אהבתך!

uyh@ichudtosh.com ichudtosh - donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info Add name to book Phone Book
Manage Preferences/Unsubscribe
Developed by Quickwit TechIchud