מתאחדת - באריכט און בילדער פון היסטארישע מעמד הנחת אבן הפינה - דינסטאג שלח תשפ"ו #1120

Top Banner
  • parnes

דברות קודש

אצל מעמד הנחת אבן הפינה

לבנין החדש דישיבתינו הק' ישיבה גדולה תורת משולם פייש - ניו יארק

עש"ק בהעלותך העעל"ט

צו הערן

געהויבענער מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין המפואר ישיבה גדולה תורת משולם פייש ד’טאהש - ניו יארק

פארגעקומען דעם פארלאפענעם עש"ק בהעלותך בראשות כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א


אן אומבאשרייבליכע אטמאספערע פון קדושה, שמחה און עקסטאז האט ארומגענומען די ווענט פון ישיבתינו  הק’ ישיבה גדולה תורת משולם פייש ד’טאהש - ניו יארק, ווען עס איז געפייערט געווארן דער היסטארישער "מעמד הנחת אבן הפינה" פארן נייעם, בנין האדיר והמפואר, וועלכע וועט בעזרת ה' דינען אלס אכסניא של תורה פאר די הונדערטער בחורים מצויינים

 דער מעמד איז פארגעקומען אלס אן ערשטקלאסיגער אריינפיר צום דערהויבענעם שבת קודש, וועלכע איז געפראוועט געווארן בצל הקודש פון רבינו שליט"א, וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן פראווענען דעם שבת מיט די טייערע תלמידים.

די זייגערס האבן געוויזן אויף 5:30 ערב שבת נאכמיטאג, ווען דער לופט אינעם היכל הישיבה איז געווען געדעכט מיט שבת'דיגן חן, ווען המלך ביופיו, כ”ק מרן רבינו שליט"א ריש מתיבתא קדישא, איז ערשינען בהיכל הישיבה, מלובש מיט די בגדי שבת קודש, וועלכע מ’האט עפאנגען בשירה ובזמרה.

דער מעמד איז געעפנט געווארן מיט פאסיגע און פלאמיגע ווערטער דורך הרה"ג דומ"ץ קהלתינו ק"י שליט"א ור"מ בישיבה גדולה, וועלכער האט ארומגערעדט בשבחה פון דעם מקום קדוש וואו תורה ויראת שמים מארקירן דעם סדר היום, און איבער דעם גרויסן זכות פון מרחיב זיין די גבולי הקדושה מיט דעם נייעם בנין.

נאך די ווארימע ווערטער פונעם דיין האט זיך דער היכל הישיבה צוגאסן מיט ווארימע ניגוני התעוררות און כיסופין, גרייטנדיג די הערצער צום הויכפונקט ווען מ’וועט אוועקשטעלן דעם יסוד פארן נייעם בנין פון וועלכע עס וועט ארויסגיין תורה ויראת שמים פאר די קומענדיגע דורות.

דאן האט מען געהערט הערליכע חרוזים דורך מו"ה אלי' דוד טירנויער הי"ו, וועלכער האט מיט זיין אייגנארטיגן טאלאנט אויסגעגראמט הערליכע הארציגע חרוזים. די גראמען האבן ארויסגעברענגט די נאנטקייט און קשר צווישן דעם רבי'ן און די תלמידים, און דעם שטאלץ פון די ישיבה.

גלייך דערנאך האבן די בחורים געהאט די זכי’ צו הערן דברות קודש פון כ”ק מרן רבינו שליט"א אנגעפילט מיט הדרכה, חיזוק און ברכות לרוב פאר די בחורי חמד און פאר די הנהלת הישיבה וועלכע געבן אפ זייער לעבן פאר דעם וואוילזיין פון די תלמידים.

אצינד האט מען צוגעטראטן צום הויכפונקט פונעם מעמד, ווען רבינו שליט"א האט מיט גרויס התעוררות פארגעזאגט מזמורי תהלים קאפי' כ"ד – כ"ט, און דערנאך געזאגט אינאיינעם קאפיטל ל' – צ"א, און אריינגעלייגט מטבעות קודש, און געגאסן די צעמענט אינעם ספעצילן שיסל וועלכע מען האט שפעטער ארויפגעגאסן אויפ'ן פונדאמענט וואו מען בויעט ארויף דעם בנין האדיר והמפאור.

דערנאך האט דער רבי מכבד געווען צו גיסן בניו הגה"צ שליט"א, הגאון הדומ"ץ שליט"א, הרה"ג רמ"י ומנהלי הישיבה שליט"א.

נאכן זיך אויפשטעלן טאנצן שמחם בבנין שלם און קה זכות אבות בשמחה ובדביקות פאר לענגערע מינוטן, האט רבינו שליט”א מכבד געווען אלע בחורים אריבערצוגיין איינס נאכן אנדערן, יעדער בחור האט געהאט די זעלטענע געלעגנהייט אריינצולייגן מטבעות, און גיסן צעמענט זייענדיג א שותף אינעם גיסן דעם צעמענט פאר דעם עתיד פון זייער אייגענער ישיבה

שמחם בבנין שלם!

 

 


בילדער


 

  • mamudim
  • mamudim

 

רבינו שליט"א ביים משמיע זיין דברות קודש

  • mamudim
  • mamudim

 

הרב הגאון דומ"ץ קהלתינו ק"י ור"מ בישי"ג שליט"א טרעט אויף

  • mamudim

 

חרוזים נפלאים לכבוד המעמד

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

ביים פארזאגן די מזמורי תהלים כהכנה להנחת אבן הפינה

  • mamudim
  • mamudim

 

רבינו שליט"א ביים גיסן די צעמענט און אריינלייגן מטבעות קודש

  • mamudim

 

הגה"צ בני רבינו שליט"א ביים גיסן

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

רבינו שליט"א איז מכבד הרה"ג הדומ"ץ שליט"א צו גיסן

  • mamudim

 

הרה"ג ר' מענדל וואלף האלצער שליט"א מנהל ישיבה גדולה

  • mamudim

 

'בוני הבנין' ביים גיסן

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

רמ"י הישיבה שליט"א ביים גיסן

  • mamudim
  • mamudim

 

ריקודין עילאין

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

תלמידי הישיבה ביים גיסן

  • mamudim

 

תלמידי הישיבה ביים איבערגעבן א מתנה לרבינו שליט"א א אנטיק לעדערנע "סידור עבודת הלוי"

  • mamudim

 


ריקארדירונגען


 

נגינה

צו הערן

 

הרב הגאון דומ"ץ קהלתינו ק"י שליט"א

צו הערן

 

חרוזים נפלאים

צו הערן
  • mamudim

 

מזמורי תהלים

צו הערן

 

ריקודין

צו הערן

 

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!

uyh@ichudtosh.com ichudtosh - donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info Add name to book Phone Book
Manage Preferences/Unsubscribe
Developed by Quickwit TechIchud