מתאחדת - באריכט און בילדער פון געהויבענע 'חומש סעודה' פאר ילדי ת"ת עבודת משולם פייש טאהש מאנסי - דינסטאג קרח תשפ"ו #1123

Top Banner

דברות קודש בעת רעוא דרעוין

שב"ק פר' שלח תשפ"ו

צו הערן
  • dibros

הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו קרית יואל שליט"א

בבית מדרשינו קרית יואל

בהלכות שבת בהקדם שיעור פירוש התפלה - ב' קרח

צו הערן

הרה"ג ר' יואל פילאפף שליט"א

מו"ץ בקריתינו הק' - מגי"ש על קול איחוד

בהלכות דברים הבאים מחמת הסעודה ח"ו - א' קרח

צו הערן

הרה"ג ר' מרדכי בעריש מערמעלשטיין שליט"א

ר"מ ומשפיע בישיבה קטנה תפארת משולם פייש - ניו יארק

בספה"ק ליקוטי אמרים תניא - ד' שלח

צו הערן

הרה"ג ר' ישראל יצחק אייזיק לאבין שליט"א

מגיד שיעור על "קול איחוד"

בספה"ק סור מרע ועשה טוב - על תיבת עתיך ב'

צו הערן

בית כ"ק מרן רבינו שליט"א

  • moduos

הערליכע מעמד חומש סעודה אין תלמוד תורה עבודת משולם פייש ד'טאהש - מאנסי


"אשרי עין ראתה תינוקות של בית רבן שמחים בשמחת התורה". מיט די ווערטער איז פאסיג צו באריכטן די געהויבענע מעמד נהדר "חומש סעודה" וואס איז פארגעקומען בקרב מוסדותינו הקדושים אין מאנסי, דעם פארגאנגענעם זונטאג שלח העעל"ט ווען די לעכטיגע קינדערלעך פון כתה א' האבן געפראוועט דעם התחלת לימוד תורה שבכתב מיט א פרייליכע שטימונג.

צו דעם באשטימטע צייט זענען זיך צוזאמען געקומען די חשובע הורי וזקני חתני התורה, וואס זענען געקומען זיך משתתף זיין בשמחתם פון זייערע לעכטיגע קינדערלעך. ווען אפאר מינוט דערויף האט מען געהאט די זכי' צו מקבל פנים זיין דעם רעיא מהימנא קדישא כ"ק מרן רבינו שליט"א נשיא המוסדות, וואס איז זיך געקומען משתתף זיין ביי די גרויסע שמחה פון זיינע לעכטיגע תלמידים וואס זענען שטענדיג קרוב ללבו הטהור.

דערנאך האט מען מקבל געווען די לעכטיגע חתני המקרא וואס האבן זיך אוועק געשטעלט אויף די ספעציעלע פלאטפארמע, וואס איז געוועהן הערליך אהער געשטעלט ווי עס פאסט פאר אזא הייליגע מעמד.

די לעכטיגע קינדער האבן אנגעפאנגען מיט די ניגונים וואס זיי האבן איינגעחזר'ט וואכן לאנג צו זיין גרייט צום געהויבענעם מעמד, ובפרט די הערליכע אידישע אהבה רבה ניגון וואס דער מלמד שליט"א האט מחבר געוועהן דערויף הערליכע חרוזים.

דערנאך האבן זיי געלערנט די הייליגע חומש אנגעפירט דורך די געטרייע און איבערגעגעבענע מלמד מומחה הרב חיים ראטטענשטיין שליט"א וואס האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות אז די לעכטיגע קינדער זאלן אנקומען פולקאם גרייט צום געהויבענעם מעמד.

מען האט געהערט א רייכע דרשה לכבוד המעמד דורך הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' שליט"א, וואו די רב האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון די הייליגע מאורה ווען מען קומט זיך צוזאם צו אפצייכענען די געהויבענע מאמענט, ווען די לעכטיגע צאן קדשים פאנגען אן צו לערנען די הייליגע תורה שבכתב, און אזוי אויך זיך באדאנקט פאר די געטרייע מלמד וואס זיין שם הטוב הולך לפניו אינעם גאנצ'ן שטאט.

דערנאך זענען אלע חתני המוקרא ארויס אין א טאנץ מיט זייער חשובע עלטערן לויבן און דאנקן דעם אייבערשט'ן אז ברוך השם מען האט דערגרייכט צו די געהויבענע צייט.

צום לעצט זענען אלע חשובע חתני המקרא דורך אל מול פני הקודש, ווען כ"ק מרן רבינו שליט"א האט פארטיילט פאר די לעכטיגע קינדער די הערליכע 'ספר תהלים עבודת משולם פייש' און אנגעוואונטשן ווארימע ברכות אז זיי זאלן ווייטער שטייגן מעלה מעלה בתורה ויראת שמים און פארשאפן אסאך נחת פאר די חשוב'ע עלטערן.

עס איז איבריג אויסצופירן אז ווער עס האט נישט מיטגעהאלטן די געהויבענע מאורע קען מען אים עס נישט מסביר זיין, די הערליכע און גייסטרייכע מעמד הוד וואס האט זיך אפגעשפילט. און עס איז צום האפן אז די חשוב'ע חתני המקרא זאלן ווייטער שטייגן מעלה מעלה בתורה ויראת שמים אויפן הייליגע דרך המסורה.

 


בילדער


 

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

די קינדערלעך אין א ריקוד מיטן מלמד און מיט די עלטערן

  • mamudim
  • mamudim

 

רבינו שליט"א פארטיילט א "תהלים עבודת משולם פייש" פאר אלע קינדער'לעך

  • mamudim
  • mamudim

 


רבינו שליט"א באזוכט אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' דניאל הלל פיליפסון הי"ו אין מאנסי


 

נאכן חומש סעודה איז דער רבי אריבער צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' דניאל הלל פיליפסון הי"ו, ווי ר' דניאל הלל ובני משפחתו האבן איבערגעגעבן א גרויסע סכום לטובת ולהחזקת מוסדותינו הק' מאנסי.

 

רבינו שליט"א קומט אן צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' דניאל הלל פיליפסון הי"ו

  • mamudim

 

ר' דניאל הלל הי"ו ובני משפחתו שרייבן אונטער סכומים אדירים לטובת מוסדותינו הק' מאנסי

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 


ריקארדירונגען פונעם חומש סעודה


 

דרשת הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' מאנסי שליט"א

צו הערן

 

די שאלות ותשובות מיט די חתני התורה

צו הערן

 

התחלת החומש

צו הערן
  • simcha
  • muzon
uyh@ichudtosh.com ichudtosh - donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info Add name to book Phone Book
Manage Preferences/Unsubscribe
Developed by Quickwit TechIchud