מתאחדת - באריכט און בילדער פון רבינ'ס באזוך אין ניו יארק - עש"ק שלח תשפ"ו #1121

Top Banner
  • parnes

דברות קודש בעת רעוא דרעוין

בהיכל ישיבה גדולה תורת משולם פייש - ניו יארק

שב"ק פר' בהעלותך העעל"ט

צו הערן

הרה"ג ר' יואל פילאפף שליט"א

מו"ץ בקריתינו הק' - מגי"ש על קול איחוד

בהלכות שיעור עיכול - א' שלח

צו הערן

הרה"ג ר' מרדכי בעריש מערמעלשטיין שליט"א

ר"מ ומשפיע בישיבה קטנה תפארת משולם פייש - ניו יארק

בספה"ק ליקוטי אמרים תניא - ד' בהעלותך

צו הערן

הרה"צ רבי יעקב סג"ל שליט"א

ראש חבורת עבודת עבודה לבחורי אנ"ש בארא פארק

בבית מדרשינו ב"פ - ליל ששי פר' בהעלותך

צו הערן

הרה"ג ר' ישראל יצחק אייזיק לאבין שליט"א

מגיד שיעור על "קול איחוד"

בספה"ק סור מרע ועשה טוב - על תיבת אמונת ח"ד

צו הערן

הרה"ג ר' יואל סאנדער שליט"א

מגי"ש בבית מדרשינו בארא פארק

על הפרשה - פר' שלח

צו הערן
  • ichud
  • ichud

קהל אור החיים

  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

חצר הקודש טאהש אונגארן

  • moduos

 

ישיבה גדולה אור החיים - קריתינו הק'

  • moduos
  • moduos

 

ישיבה גדולה תורת משולם פייש - ניו יארק

  • moduos

 

מגבית להתקשר

  • moduos

 

קרית טאהש

  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

ואטהר

  • moduos

 

וויליאמסבורג

  • moduos
  • moduos

 

תלמוד תורה עבודת משולם פייש - מאנסי

דרוקט אויפן דעקל צו עפענען

 

קרית יואל

  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

גליון קדושת בית המדרש

  • moduos
  • moduos
  • nichum

באריכט פונעם רבינ'ס באזוך אין ניו-יארק די פארלאפענע טעג העעל"ט


מיטוואך פר' בהעלותך אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אנגעקומען אין ניו יארק אויף א באזוך לחזק ולבסס מוסדותינו הק'. 

דער רבי איז צוגעפארן קיין בארא פארק און מנחם אבל געווען ביי אדמור"י ראחמסטריווקא שליט"א היושבים על פטירת אמם הרבנית הצדיקת ע"ה.

שפעטער האט דער רבי מפאר געווען ביים קבלת פנים פון הכלה נכדת רביה"ק זי"ע, בת הרה"צ רבי יחזקאל שרגא סג"ל שליט"א, אין די זאלן פון תפארת מרדכי. דער רבי האט מסדר געווען די כתובה, געוואונטשן לחיים, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן חתן און מחותנים, מכבד געווען די מחותנים אנצוטון די קיטל, דער רבי האט אנגעטון די גארטל, געלייגט די אש אויפן חתן, געגאנגען באדעקן די כלה.

רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, און מכבד געווען דער זיידע הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנטשעסטער שליט"א, דער רבי האט געזאגט די ערשטע 6 ברכות. נאכן חופה האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הרבנית הצדיקת תליט"א, אלמנת הרה"צ רבי מרדכי סג"ל זצ"ל.

*

דערנאך האט דער רבי באזוכט אינעם תלמוד תורה עבודת משולם פייש אין שטאט, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אין די קלאסן מיט גרויס הנאה. דערנאך איז פארגעקומען א אסיפה מיט די הנהלה רוחניות און מנהלי הת"ת.

שפעטער האט דער רבי געדאווענט תפילת מנחה ומעריב בבית מדרשינו, פארן עמוד האט געדאווענט מנחה מו"ה יודא אמסעל הי"ו, מעריב מוה"ר יוסף אלימלך מאירוביץ הי"ו מנכ"ל התלמוד תורה.

*

נאך מעריב איז דער רבי צוריק צו די חתונה, און מפאר געווען בראש המסובים א לענגערע צייט. באזונדער האט דער רבי מכיר טוב געווען און אויפגענומען העסקן החשוב מוה"ר משה מארגערעטן הי"ו יו"ר המפעל 'צדק' ואתו עמו העסקנים החשובים הע"י, וועלכע האבן בשליחות הקודש פון רבינו שליט"א שטארק גע'שתדל'ט ביי די הויעכע רעגירונגס באאמטע און ארויס געהאלפן אז דער חתן זאל קענען אריינגעקומען אין לאנד צו די חתונה, און דער רבי האט זיי אנגעוואונטשן ווארימע ברכות.

דערנאך האט דער רבי געטאנצן ריקודי קודש מצוה טאנץ לפני הכלה, דערנאך מיטן חתן, און באזונדער האט דער רבי געטאנצן מיטן מחותן הרה"צ רבי יחזקאל שרגא סג"ל שליט"א, וינועו אמות הסיפים.

 *

דאנערשטאג פר' בהעלותך אינדערפרי פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפלין פאר הבחור הבר מצוה יוסף ני"ו בן מוה"ר מנחם נחום סג"ל שווארץ הי"ו און פאר הבחור הבר מצוה משה ני"ו בן מוה"ר משולם פייש פעלבערבוים הי"ו. דער רבי האט געגעבן ווארימע דברי הדרכה, און נאכן תפלין לייגן אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די בר מצוה בחורים און די עלטערן, און געגעבן במתנה די ספרי הקודש עבודת עבודה.

שחרית האט געדאווענט פארן עמוד מוה"ר ישראל זאב סג"ל שווארץ הי"ו, די עליות האבן עולה געווען כהן הרה"ח ר' חיים יחזקאל שרגא לאנדאוי הי"ו, לוי הב' הבר מצוה יוסף סג"ל שווארץ ני"ו, שלישי הב' הבר מצוה משה פעלבערבוים ני"ו, הגבה מוה"ר ראובן מנחם שווארץ הי"ו משב"ק, גלילה מוה"ר משולם פייש פעלבערבוים הי"ו.

*

נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען אין קרית יואל, צו די שמחת הברית מילה בבית מוה"ר חיים ישראל ברוך גוטמאן הי"ו בן הרה"ח ר' שמואל דוד הי"ו. דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות וברכות וקריאת השם, נאכן ברית האט דער רבי געבענטשט די קינד און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עלטערן און זיידע'ס ובני משפחה, דער רבי האט געמאכט א לחיים, אנגעוואונטשן פארן ציבור ברכות לרוב.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה, פארן עמוד האט געדאווענט מו"ה יואל טייטלבוים הי"ו.

*

שפעטער איז דער רבי געפארן קיין מאנסי וואו דער רבי איז אנטפאנגען געווארן דורך הנהלת רבי מאיר בעל הנס כולל שומרי החמות בראשות המנהל הרב ר' שלמה מיכאל מאיער שליט"א. דער רבי האט געקלאפט א מזוזה אין די נייע אפיסעס פון כולל שומרי החומות.

צו האלטן די מזוזה איז מכובד געווארן הרבני הנגיד ר' אלכסנדר גאלבערגער שליט"א פון וומסב"ג. עס האבן זיך אנגעזעהן הרה"ג אב"ד נאפקער שליט"א, הרה"ג רבי איתמר ראטענבערג שליט"א מ'סאלקא, און הרה"ג רבי יוסף הערש ליבערמאן שליט"א מ'בעסערמין.

דער רבי האט זיך באגריסט מיט הרה"ח ר' יו"ט יודא ווייסמאנדל הי"ו חבר ועד הפועל דכולל שומרי החומות און ארומגערעדט איבער זיין שווער ממשפחת ווייל שיחי' פון מאנטריאל, און איבער זייער נאנטקייט צו רביה"ק זי"ע.

נאכן קובע זיין די מזוזה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים. דער רבי האט געזאגט דברי ברכה, און אריין געלייגט צדקה בקופת רבי מאיר בעל הנס, דער רבי האט דערציילט אז זיין זיידע הרה"ק רבי יודא'לע וויינגארטען זי"ע האט געוואוינט און די אונגארישע הייזער שע"י כולל שומרי החומות, ווי אויך רביה"ק זי"ע איז געווען אינעם כולל שומרי החומות.

נאכן ערהאלטן א מתנה פונעם מנהל הכולל א אנטיק לענדערנע באנד פון ספר אור החיים הקדוש זי"ע, האט דער רבי געזאגט אז ס'גייט דאך זיין די יומא דהילולא אין עטליכע וואכן ט"ו תמוז, און דער רבי האט פארציילט די השתלשלות פארוואס רביה"ק זי"ע האט גערופן די ישיבה אין טאהש 'ישיבת אור החיים'.

*

דער רבי איז צוגעפארן צו די נייע הויז פון הרבני הנגיד ר' יודא לייב לעפלער הי"ו וואו דער רבי האט געקלאפט א מזוזה, און דערנאך אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי כ"ק אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס, און דער רבי האט מנחם געווען און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ביים זמן מעריב האט דער רבי געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו מאנסי. פארן עמוד האט געדאווענט הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' מאנסי שליט"א.

שפעטער איז דער רבי אנגעקומען צום שמחת התנאים פון בת כ"ק אדמו"ר מ'ליזענסק שליט"א נכד רביה"ק זי"ע, וואו דער רבי איז מכובד געווארן מיט קריאת התנאים. דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן ליזענסק'ע רבי שליט"א און פארן חתן און מחותנים ובני משפחה.

 

באריכט פונעם דערהויבענעם שבת אין ישיבה גדולה ניו יארק - און חומש סעודה אין מאנסי תלמוד תורה - וועט בעז"ה נאכפאלגן

 


בילדער


 

ניחום אבלים ביי כ"ק אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א

  • mamudim

 


קביעת מזוזה אין כולל שומרי החומות אפיס אין מאנסי


 

הנהלת הכולל ביים מקבל פנים זיין רבינו שליט"א

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

ביים מסיבת לחיים

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 


קביעת מזוזה בבית
הרבני הנגיד ר' יודא לייב לעפלער שליט"א


 

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

באריכט פונעם דערהויבענעם שבת אין ישיבה גדולה ניו יארק - און חומש סעודה אין מאנסי תלמוד תורה - וועט בעז"ה נאכפאלגן

  • muzon
uyh@ichudtosh.com ichudtosh - donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info Add name to book Phone Book
Manage Preferences/Unsubscribe
Developed by Quickwit TechIchud