מתאחדת - עש"ק אחרי-קדושים תשפ"ו #1101

Top Banner

אויב באקומט איר נישט לעצטנס די "גליון באור החיים", ביטע קוקט דורך אייער "Spam" פאלדער, אדער אין "Promotions".

אויב טרעפט איר עס, קענט איר עס אנכאפן און אריינרוקן צו אייער געהעריגע פאלדער, עס זאל צוריק אנהייבן אנצוקומען געהעריג.


 

  • parnes

דברות קודש בעת רעוא דרעוין

שב"ק פרשת תזריע-טהרה העעל"ט

צו הערן

הרה"ג ר' מענדל וואלף האלצער שליט"א

מנהל ישיבה גדולה תורת משולם פייש - ניו יארק

דרשת פתיחת הזמן - בהיכל הישיבה - א' אח"ק

צו הערן

הרה"צ רבי יעקב סג"ל שליט"א

ראש חבורת עבודת עבודה לבחורי אנ"ש בארא פארק

במסגרת החבורה - ליל ששי פר' אחרי-קדושים

צו הערן

הרה"ג ר' יצחק אייזיק בערגער שליט"א

נכד רביה"ק זי"ע - ומו"ץ - ומגי"ש על קול איחוד - ד' אח"ק

בספה"ק נתיב מצותיך - נתיב אמונה שביל ג' אות ט"ו

צו הערן

הרה"ג ר' יואל סאנדער שליט"א

מגי"ש בבית מדרשינו בארא פארק

על הפרשה - ליל ששי פר' אחרי-קדושים

צו הערן

הרה"ג ר' מרדכי בעריש מערמעלשטיין שליט"א

ר"מ בישיבה קטנה תפארת משולם פייש - ניו יארק

בספה"ק ליקוטי אמרים - בהיכל הישיבה ד' אח"ק

צו הערן

הרה"ג ר' ישראל יצחק אייזיק לאבין שליט"א

מגי"ש על קול איחוד - ד' אח"ק

בספה"ק סור מרע ועשה טוב - על תיבת "אמונת"

צו הערן
  • ichud
  • ichud

 

קול איחוד אפדעיט #33

  • ichud

מודעות לקראת ל"ג בעומר הבעל"ט

  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

קהל אור החיים

  • moduos

 

חבורת מזון הנפש

  • moduos
  • moduos

 

קרית טאהש

  • moduos
  • moduos

 

סדר השבת איחוד תשב"ר בצל הקודש

  • moduos

 

מאנטריאל

  • moduos

 

עטרת מרדכי וויליאמסבורג

  • moduos

 

תלמוד תורה עבודת משולם פייש - מאנסי

דרוקט אויפן דעקל צו עפענען

 

קרית יואל

  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

לאנדאן

  • moduos
  • moduos

העפטיגע הכנות אין פולן שוואונג צום בעפארשטייענדן יו''ט ל''ג בעומר בצל הקודש -דערהויבענע מעמד הדלקה על פני ככר המוסדות וועט פארקומען ליל ל''ג בעומר הבעל"ט - שלחן הטהור יום ל''ג בעומר וועט פארקומען דינסטאג מיטאג קאמבענירט מיט'ן שמחת התנאים פון נכדת רבינו און סיום מסכת בחבורת מזון הנפש - אש''ל און טראנספערטאציע ווערט צוגעשטעלט פאר אנשי שלומינו - ספעציעלע געלעגנהייט ווערט געגעבן פאר חכמי לב צו נעמען א חלק לכבוד התנא אלוקי


שטייענדיג ווייניגער ווי 2 וואכן אפגערוקט צום געהויבענעם טאג ל''ג בעומר, זענען שוין די העלדישע עסקני קהילתינו הק' אריינגעטון אין די סאמע הכנות צום דערהויבענעם בעפארשטייענדן יו''ט, נעמנדיג אין באטראכט די חוסר הזמן, שטייענדיג אזא קארגע צייט צום יום הנשגב, און פון די אנדערע זייט די ריזיגע ארבעט וואס דארף אויסגעפירט ווערן כדי אלעס צוצורישן אויפ'ן העכסטן און שענסטן פארנעם.

ל''ג בעומר בצל הקודש איז פקיע שמיה צווישן אנ''ש אלץ א דערהויבענעם יום המסוגל בצל הקודש, ווי רביה''ק זיעועכי"א פלעגט זיך שטענדיג אויסדרוקן 'רבי שמעון איז דא'.

פילע אנשי שלומינו פונדערווייטנס קומען מיטהאלטן די דערהויבענע זמן בצל הקודש, אנגעהויבן מיט תפלת מעריב און ספירה ציילן, און תיכף דערנאך ווען עס הייבט זיך אן די מרוגש'דיגן ווארימע מעמד בהתאסף כל קהלא קדישא הדין. אזוי אויך האט די מעמד הדלקה קונה שם געווען אלץ א יחיד במינו אינעם גאנצן קאנאדישע אידנטום, וואס דאס ברענגט מיט מיט זיך א פלייץ פון פילע געסט פון מאנטריאל און ארום.

זעהנדיג דעם ריזן ציבור וואס ווערט נתרבה מדי שנה בשנה, לייגן די עסקנים אריין פולע כוחות, און זענען משקיע אסאך צייט אהערצושטעלן די מעמד ברוב פאר והדר לכבוד התנא אלוקי, און עקסטער לייגט מען א שטארקע דגוש אז די אויסשטעל פונעם מעמד זאל זיין אויף די פאסיגסטע אופן צו אקאמאדירן די ריזן ציבור הנאספים, אנשים נשים וטף וועלכע קומען פון נאנט און פון ווייט מיטצוהאלטן די דערהויבענע מעמד.

ווי אין די פארלאפענע יארן וועט די מעמד הדלקה פארקומען ליל ל''ג בעומר, מאנטאג בה''ב ביינאכט, אנגעהויבן מיט תפלת מנחה ומעריב בכניסת היום בהיכל ביהמ''ד הגדול, נאכפאלגענדיג ספירה ציילן ברוב עם, און תיכף דערנאך וועט פארקומען די גרויסארטיגע מעמד הדלקה בהתרוממות הנפש ושמחה של מצוה.

ביים מעמד ההדלקה על פני ככר המוסדות, וועט זיין צוגעשטעלט ספעציעל דעזיגנירטע ערטער פאר די זקני ופני העדה, און פון ביידע זייטן פון די אויבן אן וועט זיך ציען די פארענטשעס פון די הונדערטער בחורי הישיבות אברכי הכולל וילדי תשב''ר, און אזוי אויך ביי די שטח דעזיגנירט פאר די נשים צדקניות לייגט מען אריין גרויסע כוחות אז עס זאל זיין צוגעשטעלט פאר די עלטערע נשים ספעציעלע דעזיגנירטע ערטער מיצוהאלטן די מעמד, און די בנין התלמוד תורה וועט זיין אפן פאר צרכי ציבור.

במשך די גאנצע צייט פון די מעמד הדלקה וועט זיין צוגעשטעלט ח''י רוטל משקה צוגעשטעלט דורך קרן חתנים שע"י ישיבתינו הק' ישיבה גדולה אור החיים אויף א גאר ברייטע פארנעם להחיות בהם נפש כל חי.

א עקסטערע געוויכט ווערט געלייגט דורך די סגל העסקנים צוצושטעלן אש''ל און טראנספערטאציע פאר די הונדערטער געסט וועלכע קומען מיטהאלטן די דערהויבענע מעמד בצל הקודש, און אויך א ספעציעלע זמן פאר קבלת קהל.

די שלחן הטהור לכבוד היום וועט פארקומען ביום ל''ג בעומר, דינסטאג אום 6:30 נאכמיטאג בהיכל ביהמ''ד הגדול, ווי עס וועט ווערן צוגעגרייט א רייכע סעודה לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי. און ווי אויך וועט בעת דעם שלחן הטהור פארקומען די קריאת התנאים פון נכדת כ''ק מרן רבינו שליט''א, בת לחתנו הגה"צ רבי יחיאל מיכל ישעי' מאסקאוויטש שליט''א חדב''ן, און ווי אויך וועט פארקומען די סיום מסכת בבא בתרא והתחלת מסכת סנהדרין אינערהאלב חבורת מזון הנפש - ה' עמודים לשבוע.

א ספעציעלע געלעגנהייט ווערט געגעבן פארן ברייטן ציבור אנ״ש, צו נעמען א גלייכן און באדייטנדן חלק אין די גרויסע הוצאות פונעם מעמד הנשגב, דורך קויפן אויל, וועלכן מען וועט אליין האבן די זכי' צו גיסן להדלקת המדורה לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי זי״ע. - נעמענדיג אין באטראכט די אסטראנאמישע סומעס וואס ווערן פארלאנגט אהערצושטעלן אזא ריזיגן מעמד ברוב פאר והדר, ווערט דאס פאררעכנט אלס א זעלטענע געלעגנהייט זיך צו איינקויפן גרויסע זכותים, און דער ציבור אנשי שלומינו, פארשטייען און שעצן די זכות התנא אלוקי, וכדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק. פאר פרטים קען מען זיך ווענדן צום געטרייען משב״ק מוה״ר יצחק נחום האמבורגער הי״ו.

אין די איצטיגע פארבליבענע טעג ווערן געפלאנט א רייע אסיפות העסקנים, צונויפברענגן א ריכטיגן ארמיי פון העלדישע עסקנים וועלכע זאלן שטיין על המשמר אז אלעס זאל קלאפן עצהיו''ט, און אויספלאנירען אלע וויכטיגע דעטאלן וואס עס נעמט אריין אינעם הצלחת המעמד.

תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו
אדונינו בר יוחאי!

 


באריכט פון חג הפסח בצל הקודש - ח"ב


 

מוצש"ק - ליל ב' דחוה"מ:

ביים שלחן הטהור סעודת מלוה מלכה בהיכל הטישן, וואו עס איז סערווירט געווארן א שיינע סעודה פאר כל הקהל הקודש, דער רבי האט געצינדן ליכט און זיך געוואשן, געטיילט שיריים און געוואונטשן לחיים. און משמיע געווען דברות קודש.

מיט די כיבודים זענען מכובד געווארן: אתה בחרתנו הגה"צ ראב"ד סקווירא שליט"א פון מאנטריאל, אתה אחד הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א, בצאת ישראל הרה"ג ר' חיים ברוך יודא לייפער שליט"א, והיא שעמדה הרה"ג ר' אלכסנדר בלויא שליט"א ראה"ח עבודת עבודה מאנטריאל.

ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו לרגל די יא"צ פון אביו ע"ה. שיר המעלות הב' אלעזר ארי' ב"ר אשר לעמיל סג"ל יונגרייז ני"ו.

נאכן טיש האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט מועד' פארן גאנצן ציבור.

 

זונטאג - יום ב' דחוה"מ:

צו שחרית איז צוגעגאנגען צום עמוד הרה"ח ר' ישראל הערש פעלבערבוים הי"ו פון מאנסי, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל. די צווייטע ספר תורה האט געטראגן צום בימה הר"ר יעקב ישראל ברוך גוטמאן שליט"א.

די עליות האבן עולה געווען: כהן הרה"ח ר' מרדכי מאיר הכהן לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, לוי הרה"ח ר' יעקב שמואל סג"ל קרויס הי"ו, שלישי הרה"ג ר' יששכר דוב מאירוביץ שליט"א. הגבה אויפן ערשטן ספר מו"ה יואל פריעדמאן הי"ו, גלילה מו"ה יעקב נחמי' צבי סג"ל קרויס הי"ו. רביעי הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א, הגבה אויפן צווייטן ספר מו"ה שבתי אליעזר שטערן הי"ו פון בארא פארק, גלילה מו"ה שלמה לייב גראס הי"ו.

מוסף האט געדאווענט פארן עמוד מוה"ר משה סג"ל ראטמאן הי"ו משב"ק.

ביים שלחן הטהור נאכן דאווענען זענען מכובד געווארן מיט די זמירות: אתה בחרתנו מוה"ר חיים מאיר לעבאוויטש הי"ו פון מאנטריאל, אתה אחד הרה"ח ר' אפרים ארי' כ"ץ הי"ו, בצאת ישראל מוה"ר בנימין פישער הי"ו, והיא שעמדה מו"ה יואל פריעדמאן הי"ו.

ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א, שיר המעלות הב' ישראל מענדל וויינשטיין ני"ו פון קרית יואל.

*

נאכמיטאג האט דער רבי אויפגענומען די פריש אנגעקומענע אורחים החשובים לברך ולהתברך.

ביים שלחן הטהור נאכמיטאג זענען מכובד געווארן מיט די זמירות: אתה בחרתנו הרה"ג דומ"ץ פשעווארסק שליט"א פון לאנדאן, אתה אחד הרה"ח ר' חיים יחזקאל שרגא לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, בצאת ישראל הרה"ח ר' חיים הערש פרענקל הי"ו פון קרית יואל.

ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען גיסו הגדול כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, שיר המעלות הב' ב"ר חיים הערש פרענקל הי"ו.

דערנאך האט מען געדאווענט מנחה מעריב אין ביהמ"ד הגדול, צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר ישראל יעקב לאנדאוי הי"ו פון מאנסי, דער רבי האט פארגעציילט ספירה ביים עמוד.

 

מאנטאג - יום ג' דחוה"מ:

אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען בהיכל ביהמ"ד הגדול. צו שחרית איז צוגעגאנגען צום עמוד מו"ה יוסף דוד סג"ל קרויס הי"ו, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל. די צווייטע ספר תורה האט געטראגן צום בימה מוה"ר יואל כהנא הי"ו.

די עליות האבן עולה געווען: כהן מוה"ר נפתלי צבי ברוך לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, לוי מוה"ר אליעזר זוסיא סג"ל קרויס הי"ו חבר מקהלת המנגנים, שלישי הרה"ח ר' יעקב הערש אדלער הי"ו פון וומסב"ג. הגבה אויפן ערשטן ספר מו"ה יודא עהרענפעלד הי"ו פון מאנסי, גלילה מו"ה משולם זושא זילבער הי"ו פון וומסב"ג. רביעי הרה"ח ר' חיים הערש פרענקל הי"ו פון קרית יואל, הגבה אויפן צווייטן ספר מוה"ר יואל שטערן הי"ו פון בארא פארק, גלילה מו"ה מאיר סג"ל קרויס הי"ו פון אריזאנע.

צו מוסף איז צוגעגאנגען מוה"ר אליעזר דוד קרויס הי"ו חבר הנהלת ת"ת. נאכן דאווענען האט דער רבי געוואונטשן פארן ציבור 'א גוט מועד'.

ביים טיש נאכן דאווענען זענען מכובד געווארן מיט די זמירות: אתה בחרתנו הרה"ג דומ"ץ טאב שליט"א, אתה אחד הרה"ג ר' נפתלי הירצקא זילבערמאן שליט"א פון מאנטריאל, והיא שעמדה הרה"ח ר' יעקב הערש ווייס הי"ו פון מאנטריאל.

במשכ'ן טיש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' חיים הערש פראנקל הי"ו פון קרית יואל אויפצוטרעטן.

ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ראש הכולל טאב שליט"א.

*

נאכמיטאג האט דער רבי אויפגענומען די פריש אנגעקומענע אורחים החשובים לברך ולהתברך.

ביים שלחן הטהור נאכמיטאג זענען מכובד געווארן מיט די זמירות: אתה בחרתנו הרה"ג ר' חיים לייב כהנא שליט"א, אתה אחד הרה"ג ר' דויד שלמה סג"ל יונגרייז שליט"א, בצאת ישראל הרה"ג ר' עקיבא יוסף ראבינאוויטש שליט"א מרבני בית מדרשינו מאנטריאל, והוא שעמדה הרה"ג ר' מאיר משולם האלבערשטאם שליט"א בן אב"ד צאנז שליט"א חתן אב"ד ראשית חכמה שליט"א פון מאנטריאל, חסל סידור פסח הרה"ג ר' יחזקאל שנעעבלאג שליט"א חתן אב"ד ראשית חכמה שליט"א.

במשכ'ן טיש האט מען געזינגן קה אכסוף לכבוד די יארצייט פונעם בעל מחבר זצ"ל.

ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אב"ד ראשית חכמה שליט"א, שיר המעלות הב' רפאל ב"ר אהרן פריעד ני"ו.

דערנאך האט מען געדאווענט מנחה מעריב אין ביהמ"ד הגדול, צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר יואל קלמן הערשקאוויטש הי"ו גבאי בית מדרשינו קרית יואל, דער רבי האט פארגעציילט ספירה ביים עמוד.

 

דינסטאג - יום ד' דחוה"מ:

אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען בהיכל ביהמ"ד הגדול. צו שחרית איז צוגעגאנגען צום עמוד מו"ה משולם פייש קרויס הי"ו, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל. די צווייטע ספר תורה האט געטראגן צום בימה הרה"ג ר' אלכסנדר בלויא שליט"א ראה"ח עבודת עבודה מאנטריאל.

די עליות האבן עולה געווען: כהן מוה"ר יחזקאל שרגא קאהן הי"ו פון מאנסי, לוי רבינו שליט"א, שלישי הרה"ח ר' אפרים פישל פעלבערבוים הי"ו. הגבה אויפן ערשטן ספר מו"ה הערשל גאלדבערגער הי"ו פון מאנטריאל, גלילה מוה"ר יואל סאנדעל הי"ו. רביעי הרה"ח ר' נתן פייטל פאשקעס הי"ו פון מאנטריאל, הגבה אויפן צווייטן ספר מוה"ר יחזקאל ווייס הי"ו פון מאנטריאל, גלילה מו"ה יוסף צוויבל הי"ו.

צו מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ רבי שמואל פריעדמאן שליט"א חדב"ן. נאכן דאווענען האט דער רבי געוואונטשן פארן ציבור 'א גוט מועד'.

 

ליל שביעי של פסח:

שביעי של פסח פארנאכטס איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד פארן זמן הדהל"נ און געצינדן ליכט ביים עמוד, די לעכט לע"נ רביה"ק זי"ע און די נרות יו"ט.

צו מנחה איז צוגעגאנגען כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א. דער רבי איז צוגעגאנגען צו מעריב, מען האט געזינגען דעם ניגון המקובל ביי 'ואמונה כל זאת' מיט גרויס דערהויבנקייט. נאכן דאווענען איז דער גאנצער עולם אריבער וואונטשן 'א גוט יו"ט'.

*

דער רבי האט זיך געוואשן צום שלחן הטהור בהיכל הטישן, און במשכ'ן סעודה פארטיילט שיריים פון אלע מאכלים, מען האט געזינגן זמירות און פאסיגע ניגונים לכבוד יו"ט.

מיט ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען אב"ד קלוזש שליט"א.

דערנאך איז מען אריבער אין ביהמ"ד הגדול וועלכע איז געווען פיל מקצה אל הקצה, וואו גאר א גרויסע ציבור זענען זיך צוזאמגעקומען צום שלחן הטהור ושירת הים וואס איז פארריבער זייער דערהויבן, מען האט געזינגען ווארימע ניגוני דביקות. דער רבי האט משמיע געווען פייערדיגע דב"ק, זייענדיג מעורר רחמים געווען אויף כלל ישראל, אריינטייטשנדיג אין די פסוקים פון די שירת הים, בגודל קדושת הלילה, אנוואונטשענדיג ישועות ורפואות לנו ולכל ישראל.

נאך די דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט נאך ניגוני התעוררות, און הרה"ח ר' יעקב זוסמאן הי"ו משב"ק האט פארגעזינגען די ניגון המקובל 'ואמונה כל זאת'.

וינועו אמות הסיפים ווען דער רבי האט פארגעזאגט די שירת הים בקול אדיר וחזק, מיט גרויס התעוררות, ווען די גאנצע ביהמ"ד האט געדונערט, און די עולם זאגט נאך מיט א געוואלדיגע דערהויבנקייט, שפירנדיג דעם זה קלי ואנוהו אלקי אבי וארוממנהו, ואשרי עין ראתה כל אלה.

תיכף נאך די שירה האט זיך דער גאנצער עולם ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין 'בבקעך ים סוף'. נאך די ריקודין איז מען אריבער נעמען די 'ביזת הים מצות' לסגולה ולשמירה מידי קדשו פון רבינו שליט"א פאר א לענגערע צייט, ווען די מקהלות המנגנים פירן ווייטער אן מיט די לעבעדיגע ניגונים לכבוד יו"ט.

ארויסגייענדיג פון ביהמ"ד האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט יו"ט' פארן גאנצן ציבור.

 

יום שביעי של פסח:

אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט פארן עמוד פסוקי דזמרה, און פארגעזאגט די שירה מיט גרויס התעוררות, זינגענדיג די ניגון המקובל כנהוג.

שחרית האט געדאווענט מוה"ר אליעזר זוסיא סג"ל קרויס הי"ו חבר מקהלת המנגנים. דער רבי האט פארגעזאגט הלל פארן עמוד.

די עליות האבן עולה געווען: כהן מו"ה יחזקאל שרגא קאהן הי"ו פון מאנסי, לוי מו"ה נחמי' צבי סג"ל קרויס הי"ו פון וומסב"ג, שלישי מוה"ר יהוסף מרדכי מערמעלשטיין הי"ו פון מאנטריאל, רביעי מוה"ר יואל קליין הי"ו פון מאנסי, חמישי-שירה כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א.

הגבה אויפן ערשטן ספר תורה מוה"ר יקותיאל שמואל ברוין הי"ו פון שיקאגא, גלילה הב' בן מו"ה משה יצחק אליעזר פאפלאנאש הי"ו.

פאר מפטיר האט דער רבי געמאכט די מי שברך לחולי ישראל, מפטיר האט עולה געווען האדמו"ר מ'זידיטשוב חרדים שליט"א. הגבה אויפן צווייטן ספר תורה מו"ה אהרן אברהם פריעדמאן הי"ו פון טאראנטא, גלילה מוה"ר חיים שיינער הי"ו פון טאראנטא.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען אדמו"ר מ'זידיטשוב חרדים שליט"א. פאר'ן דוכנ'ען האט דער רבי אפגעגאסן די כהנים גיסו כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, און הרה"צ רבי נחמן כהנא שליט"א חדב"ן.

פתיחה צו אנעים זמירות הרה"ח ר' חיים זרח פריעד הי"ו פון לאנדאן. נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן 'א גוט יו"ט' פאר כל הקהל הקודש.

*

קורץ דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל הטישן בביתו נאוה קודש, ווי ס'געווען צוגעגרייט א ברייטע סעודה פאר אלע אורחים החשובים, דער רבי האט געטיילט שיריים פון אלע מאכלים, און מען האט געזינגן זמירות שב"ק ויו"ט, און פאסיגע ניגונים.

ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען גיסו אדמו"ר מ'זידיטשוב חרדים שליט"א, שיר המעלות הב' שמעון ב"ר יושע יצחק גרינוואלד ני"ו.

 

ליל אחרון של פסח:

פאר מנחה האט אדמו"ר מ'זידיטשוב חרדים שליט"א פארגעלערנט בעניני דיומא.

ליל אחרון של פסח האט געדאווענט תפילת מנחה פארן עמוד העסקן מוה"ר שלמה יואל גרינהוט הי"ו.

דער רבי מכבד געווען מיט תפילת מעריב מוה"ר יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק, לרגל די יארצייט פון אמו ע"ה וועלכע איז געפאלן בו ביום. דער רבי האט פארגעציילט ספירה ביים עמוד. נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן 'א גוט יו"ט' פאר כל הקהל הקודש.

דער רבי האט זיך געוואשן צום שלחן הטהור בהיכל הטישן, און במשכ'ן סעודה האט מען געגעסן מאכלי געבראקטס כנהוג. דער רבי האט פארטיילט שיריים פון אלע מאכלים, מען האט געזינגן זמירות און פאסיגע ניגונים לכבוד יו"ט.

ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען מוה"ר משה יצחק אליעזר פאפלאנאש הי"ו. שיר המעלות הב' יעקב יוסף ב"ר ראובן מנחם שווארץ ני"ו תלמיד ישיבה גדולה.

 

יום אחרון של פסח:

אינדערפרי האט געדאווענט פסוקי דזמרה פארן עמוד מו"ה משה יצחק אליעזר פאפלאנאש הי"ו, צו שחרית איז צוגעגאנגען מוה"ר יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק, דער רבי האט פארגעזאגט הלל ביים עמוד מיט גרויס התעוררות.

די עליות האבן עולה געווען: כהן מו"ה חיים אלי' פריעד הי"ו פון מאנטריאל, לוי מוה"ר משה סג"ל ראטמאן הי"ו משב"ק, שלישי מוה"ר יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק, רביעי הרה"ח ר' חיים פנחס צוויבל הי"ו, חמישי מוה"ר משה יצחק אליעזר פאפלאנאש הי"ו.

הגבה אויפן ערשטן ספר תורה מו"ה אהרן אברהם פריעדמאן הי"ו פון טאראנטא, גלילה מוה"ר אליעזר הערש פישער הי"ו משב"ק.

מפטיר האט עולה געווען רבינו שליט"א. הגבה אויפן צווייטן ספר תורה מו"ה חיים שיינער הי"ו פון טאראנטא, גלילה מוה"ר חיים נחום מערמעלשטיין הי"ו.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען מו"ה משה יצחק אליעזר פאפלאנאש הי"ו, פאר'ן דוכנ'ען האט דער רבי אפגעגאסן די כהנים גיסו כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, און הרה"צ רבי נחמן כהנא שליט"א חדב"ן.

פתיחה צו אנעים זמירות מוה"ר משולם פייש גובנער הי"ו פון לאנדאן. נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן 'א גוט יו"ט' פאר כל הקהל הקודש.

*

קורץ נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בביתו נאוה קודש, וואו ס'געווען צוגעגרייט א ברייטע סעודה פאר אלע אורחים החשובים לכבוד יו"ט, אזוי אויך מאכלי געבראקטס כנהוג, דער רבי האט געטיילט שיריים פון אלע מאכלים. במשכ'ן סעודה האט מען געזינגען די ניגונים פון יו"ט.

ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רבי נחמן כהנא שליט"א חדב"ן. שיר המעלות הב' אלימלך ב"ר יואל אלחנן פאפלאנאש ני"ו.

*

צו תפילת מנחה איז צוגעגאנגען מו"ה יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק.

נאך מנחה האט זיך דער גאנצער עולם געוואשן צום נעילת החג טיש, וואו עס איז געווען צוגעגרייט א סעודה פאר כל הקהל הקודש, דער רבי האט זיך געוואשן, געטרינקן און געוואונטשן לחיים, און פארטיילט שיריים פון אלע מאכלים. ווען במשכ'ן טיש האט מען געזינגען ווארימע ניגונים, און הרה"ג ר' חיים ברוך יודא לייפער שליט"א האט פארגעזינגן די אידישע חרוזים אויפן 'כה אמר' ניגון.

מען האט געזינגן די גאנצע סדר הגדה, און דער רבי האט פארגעזאגט לשנה הבא בירושלים, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין עילאין, וקרב פזורינו, יבנה המקדש, ישועת השם כהרף עין, מיט א תפלה צום קל חי מיטצונעמען די אורות פונעם הייליגן יו"ט פאר א גאנץ יאר, און שוין זוכה זיין צום גאולה שלימה במהרה בימינו.

ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א. שיר המעלות הב' יואל קליין ני"ו.

 

מוצאי יום טוב:

דער רבי האט געדאווענט מעריב פארן עמוד, לרגל די יארצייט פון זקינתו הרבנית הצדיקת זעלדא ז"ל, נאך מעריב איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט יאהר', און דערנאך געמאכט הבדלה. הגבהות הכוס צו הבדלה מוה"ר מרדכי סג"ל קרויס הי"ו פון וומסב"ג.

נאך הבדלה האט דער רבי פארגעלערנט משניות לרגל די יארצייט.

 

כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו,

ויה"ר מען זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס!

  • simcha
  • simcha
  • muzon
uyh@ichudtosh.com ichudtosh - donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info Add name to book Phone Book
Manage Preferences/Unsubscribe
Developed by Quickwit TechIchud